קאליפארניע – א גרויסע און רייכע היים אין דרום קאליפארניע, וועלכע האט באלאנגט פאר’ן געוועזענעם פרעזידענט ריטשארד ניקסאן, איז ארויסגעשטעלט געווארן אויפן מארקעט פאר’ן פרייז פון 64 מיליאן דאלאר. די היים זיצט אויף א פראפערטי פון 5.5 אקער-לאנד, און ווערט באצייכנט דורך ריעל עסטעיט סוחרים אלס די שענסטע און טייערסטע פראפערטי פון גאנץ דרום קאליפארניע. עס איז שוין געווען אויפ’ן מארקעט מיט 3 יאר צוריק, פאר 75 מיליאן דאלאר, און וויבאלד קיינער האט עס נישט אפגעקויפט ביז יעצט, איז דער פרייז געפאלן צו 64 מיליאן דאלאר. די היים ווערט באצייכנט אלס ניקסאן’ס “מערב ווייסע הויז”, וויבאלד ער פלעגט אלס פרעזידענט אפט אהינפארן, זיך אפרוען און דארטן אויפנעמען געסט.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
אייקיע וועט עפענען 30 נייע געשעפטן אין די קומענדיגע...
וויין באטל פארקויפט זיך פאר א רעקארד סומע פון 558,000
צענטראלע באנק אין ארגענטינע העכערט ריבית צו 60 פראצענט
קויפט א קאנדא און קריגט א יאכט
וואל סטריט וואקלט זיך שטארק
ביזנעסער בלאקירן גאן אינדוסטריע
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.