פון אלץ און אלעמען

דורכברוך: אנאליז וועט לינדערן ביטערע קימאו טערעפי

א פרישע שטודיע צייגט אז רוב פאציענטן מיט יענע מעשה אויף די געוויסע טיילן אין קערפער ל”ע, וועלן נישט דארפן צוקומען צו די פיינפולע קימאו טערעפי. דורכ’ן אנאליזירן די גענעטישע צוזאמשטעל וועט מען קענען פעסטשטעלן אויב די ספעציפישע פאציענט איז אויסגעשטעלט צו קענען באקעמפן די קרענק מיט מעדיצינען אליין.

דאס אז די מעדיצין העלפט אויף געוויסע פאציענטן ווייסט מען שוין לאנג, די יעצטיגע חידוש איז אז דורכן אנאליזירן די גענעטישע צוזאמשטעל פונעם פאציענט וועט מען קענען פעסטשטעלן מיט א קלארקייט אויב די מעדיצין וועט ארבייטן אויף דעם פאציענט.

די אויפטוה איז אז מ’וועט קענען וויסן פון בעפאר, וועלכע מעדעצינען ארבעטן פאר וועלכע מענטש, אנדערש ווי ביז היינט, ווען מ’האט מען נישט געקענט וויסן נאר נאכן זען די רעזולטאטן ל”ע.

ורפא ירפא.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.