נאך פארלאנגען פון גאר אסאך טעגליכע באזוכער האבן מיר איבערגעשריבן דעם וועבסייט און געטוישט די נייעס בלעטער אויף א געשמאקערע פארנעם.
ביז היינט זענען געווען קאטעגאריעס וואס האבן אפגעטיילט די נייעסלעך מיט באזונדערע קעסטלעך פאר פאליטישע און טשעקאווע א. א. וו. און היינט האבן מיר אהערגעשטעלט די נייעס בלעטער אויף א געשמאקע אופן אז ווען איר גייט אריין אין די נייעס בלאט וועט איר נאר זען די נייעסטע באריכטן וואס מיר האבן די לעצטע ארויפגעשטעלט און איר וועט קענען אלעמאל זען פון אינדרויסן איבער וואספארא טעמע די נייעס רעדט זיך. די באריכט וואס ווערט די לעצטע ארויפגעשטעלט דאס וועט זיין די לעצטע פאוסט, נישט קיין חילוק וועלכע קאטעגאריע.
סיי ביי די אידישע נייעס בלאט, און סיי ביי די אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס בלאט וועט איר טרעפן אן אויסוואל פון קורצע נייעס באריכטן, געשמאק אויסגעלייגט און איר וועט קענען הנאה האבן פון א כשר’ע אויסגעהאלטענע סייט אויף אידיש.
מיר האבן אויך די פארגעניגן אייך צו מעלדן אז מיר האבן איינגעשפאנט אונזער פרישער עדיטאר זונדל שאלאמאן אויף די וועבסייט און ער וועט אי”ה אהערשטעלן זאפטיגע אנאליזן, ברעיקינג נייעס באריכטן און געשמאקע פראיעקטן, קוקט ארויס פאר פרישע סחורה אויף אן אופן ווי קיינמאל בעפאר.
מיר ארבעטן שווער אויף נאך געשמאקע פיטשערס און באקוועמליכקייטן און עס איז אונזער האפענונג אז איר האט הנאה פון אונזער וועבזייטל.
גלייכצייטיג ווילן מיר אייך מודיע זיין אז מיר נעמען אן ארויפצושטעלן אדווערטייזמענטס און בעננערס פאר אייער פירמע אדער ארגענעזאציע.
אונזער וועבסייט ווערט היינט באזוכט דורך שווערע טויזענטער מענטשן טעגליך, מיר קענען אייך גאראנטירן אויף גוטע רעזולטאטן און מיר וועלן אייך צופרידנשטעלן מיט די פרייז איר קענט זיך פארבינדן מיט 1-347-345-6278+ (וואטסעפ אדער טעלעגראם)
מיט פארשטענדעניש, די רעדאקציע.