דער געוועזענער פרעזידענט אבאמא, וואס האט געדינט אינעם ווייסן הויז פאר 8 יאר, האט שטילערהייט אפגעהאלטן זיצונגען מיט אמווייניגסטנס ניין פאטענציאלע קאנדידאטן, וואס קלערן פון לויפן פאר די פרעזידענטשאפט אינעם קומענדיגן 2020 עלעקשאנס, לויט ווי עס איז באשטעטיגט געווארן פאר “פאליטיקא”.
ווי די וואס ווייסן דערפון דערציילן, איז אבאמא שטארק אמביציעז און פול מיט ענערגיע צו געבן ראט און טאט לויפנדיג קעגן דעם אמטירענדער פרעזידענט דאלאנד טראמפ, וועלכער האט אומגעווארפן מיט קראפט די מעכטיגע עסטאבלישמענט, און גענומען פאר א מיסיע צו צוברעקלען די לעגעסי פון אבאמא פון א’ ביז ת’.
אבאמא האט פאר די אלע פאטענציאלע קאנדידאטן אנגעטראגן אומסיזטע הילף, צו קענען צוריקשטעלן די דעמאקראטישע פארטיי אויף אירע פיס פעסטערהייט, און ער איז אויסן צו ברענגען די בעסטע צוקונפט וואס נאר מעגליך, פאר די דעמאקראטן און זייער פארטיי.
די אלע זיצונגען און באגעגענישן זענען פארגעקומען אין אבאמא’ס פריוואטע ביורא אין וואשינגטאן, און טראץ וואס ער פלאנירט נישט דערווייל צו אינדארסירן קיינעם פאר פרעזידענט, וויל ער גאר שטארק ארויסזען דאנאלד טראמפ פון אוועל אפיס.
“איר מוזט ווייטער רעדן איבער די טראמפ רוסלאנד צוזאמענארבעט א גאנצע צייט” האט אבאמא געגעבן אן עצה. “דאס איז די בעסטע וועג אוועקצושלעפן זיינע וויילער”.