היינט איז דער טאג ווען דער לאנג-פלאנירטע סאמיט צווישן טראמפ און קים וועט פארקומען, נאכדעם וואס עס האט גענומען די וועלט אויף א ווילדע און מאדנע רייזע, פון שארפע רעטאריק ביז לויב ווערטער, פון סטראשונקעס ביז זיך בייגן, פון אראנזשירן א סאמיט און עס אפרופן, נאך אלעם זיצן שוין סיי טראמפ און סיי קים אין סינגאפאר, און גרייטן זיך צום סאמיט, ווען די טראמפ אדמיניסטראציע און די קים מיניסטארן האלטן אפ צווישן זיך פילע דיפלאמאטישע געשפרעכן.
עס איז שווער צו וויסן פון פאראויס וויאזוי זאכן וועלן זיך אויסקאכן, ווייל סיי טראמפ און סיי קים האבן שוין געגעבן פילע סתירה’דיגע סטעיטמענט’ס איבער די סאמיט, כאטש וואס טראמפ האט קלארגעשטעלט ווידעראמאל פון סינגאפאר אז “אין די ערשטע פינף סעקונדעס פון סאמיט וועל איך וויסן ווי ערנסט קים מיינט עס, אז ער איז נישט דערביי וועל איך מיר אפטראגן פון דארט”. פון די צווייטע זייט הערט מען סטעיטמענט’ס אז זאכן גייען פיל שנעלער און סאלידער ווי געקלערט.
אין צפון קארעא זעלבסט האט מען ערשט היינט געבראכן די נייעס איבער דעם אז די פירער פון זייער לאנד האט פארלאזט צפון אויפן וועג קיין סינגאפאר, צו טרעפן דעם אמעריקאנעם פרעזידענט, און אין א זעלטענע שריט האט די רעזשים-קאנטראלירטער מידיע אפילו דערציילט וועלכע באאמטע זענען מיטגעפארן צום סאמיט. פארוואס מען האט נישט דערציילט פאר די צפון איינוואוינער ביז יעצט אז קים גייט זיך טרעפן מיט טראמפ, זאגן באריכטן אז דאס איז צוליב וואס קים האט מורא געהאט פון אן אויפשטאנד ווען ער און זיינע גרעסטע מיניסטארן זענען נישט אויפן סצענע.
למעשה, אין די צייט וואס דער וועלט איז געשפאנט און קוקט ארויס צו די אנטוויקלונגען, האט דער אויסערן מיניסטעריום ווארטזאגער פון איראן, באראהם קאסאמי, געשיקט א שארפע ווארענונג צו צפון קארעא, זאגנדיג אז זיי זאלן צוגיין זייער פארזיכטיג און סקעפטיש צו סיי וואס טראמפ שלאגט פאר, ווייל מען קען זיך נישט פארלאזן אויף זיינס א ווארט.
“די אמעריקאנער האבן א היסטאריע פון מאכן א דיעל, און עס דערנאך צושטערן” האט איראן געווארנט, נאכדעם וואס טראמפ האט זיך ארויסגעצויגן פון די איראנער דיעל, וואס איז געווען איינע פון זיינע הייסטע קאמפיין צוזאגן.
אין די זעלבע צייט האט דער מדינת ישראל פרעימער מיניסטאר נתניהו געזאגט אז “די היסטארישע סאמיט איז גאר וויכטיג, און מיר וואונטשן פאר פרעזידענט טראמפ ער זאל ווייטער קענען טון פארשריט מיט זיין געוואלדיגע פאלעסי פון אפהיטן די וועלט פונעם נוקלעארן געפאר, אזויווי ער האט געטון מיטן עלימינירן די איראן דיעל. וויאזוי עס איז ארבעטן מיר ארויסצופירן איראן פון סיריע, און איבעראל וואו סיריע קאנטראלירט”.
די ווייסע הויז האט ארויסגעשטעלט דעטאלן איבער די סאמיט. “פרעזידענט דאנאלד טראמפ וועט זיך טרעפן מיטן צפון קארעא פירער קים יאנג אן אום 9:00 אינדערפרי סינגאפאר זייגער. נאכן ערשטן באגעגעניש וועלן די צוויי רעדן צווישן פיר אויגן, מיט די הילף פון איבערטייטשער. דערנאך וועט פארקומען א גרויסע זיצונג צווישן די צוויי מיט נאך פילע דיפלאמאטן פון ביידע לענדער, און א געמיינזאמער מאלצייט”.
די אמעריקאנע דיפלאמאטן וואס וועלן שטיין אין שפיץ פון די סאמיט זענען די סעקרעטערי אוו סטעיט מייק פאמפעא, דזשאן קעלי, און דזשאן באלטאן – וועמען צפון קארעא האבן נישט געהאט קיין חשק צו טרעפן, נאכדעם וואס ער האט זיי געווארנט אז זיי וועלן האבן א סוף ווי דער ליביער דיקטאטור. אזוי אויך וועלן זיין די פרעסע סעקרעטערי און די אמעריקאנער אמבאסאדאר אין די פיליפינען סאנד קים, וואס איז דער אומאפיציעלער דיפלאמאט אין די צפון קארעא אנגעלעגנהייט.
באלד נאך די סאמיט וועט פרעזידענט טראמפ אפהאלטן א פרעסע קאנפארענץ אין סינגאפאר, און ער וועט באלד אהיימקומען קיין וואשינגטאן, אנדערש ווי געפלאנט צו בלייבן דארט איבערנאכט.
מייק פאמפעא האט היינט געזאגט פאר רעפארטער, אז די געשפרעכן מיט צפון זענען זייער גוט און עס פארט שנעל, און פון די סאמיט וועט מען ווייטער פירן געשפרעכן מיט צפון אז זיי זאלן אינגאנצן אויפגעבן זייערער נוקלעארע וואפן, און דאס איז א קלארע פארלאנג פון אמעריקע, אז צפון זאל פארניכטן זייערע נוקלעארע וואפן, און געבן נארמאלע צוטריט פאר אינספעקטארס צו קענען אבזערווירן די ארבעט.
“דאס וואס מענטשן רעדן אז די טראמפ אדמיניסטראציע פארשטייט נישט די טעכנישע טיילן פון צונעמען א נוקלעארער פראגראם און מ’וועט זיי קענען ארומפאפן, איז א גרויסער טעות, און די פאקט אז טראמפ טרעפט מארגן קים איז די גרעסטע באווייז דערצו” זאגט פאמפעא.כדי נישט איבערצומאכן די טעות פון אבאמא וואס טראמפ האט אזוי שטארק אראפגעריסן, אז מ’האט אראפגענומען סאנקציעס פון איראן איידער מ’האט אפילו געשלאסן די דיעל, האט פאמפעא קלארגעשטעלט: “די סאנקציעס וועלן נישט אראפגענומען ווערן פון צפון קארעא ביז ווילאנג די נאקלעארער פראגראם פון צפון איז טאטאל פארניכטעט”. שפעטער האט ער געשריבן “די דעלעגאציע קוקט ארויס צו זען אויב קים האלט טאקע דערביי אזויווי ער זאגט”.
האלט מיט ווייטערדיגע באריכטן אויף אידישער ווינקל.