פון אלץ און אלעמען

אייסיס רייסין אטאקע צעשטערט

בערלין – פראקורארן אין דייטשלאנד זאגן, אז זיי האבן סוקסעספול צושטערט אן אייסיס טעראר פלאן, וועלכע איז געווען צו פארשפרייטן די טויטליכע רייסין סם אין פארנומענע און באוואוינטע געגנטער.

די פראקורארן זאגן אז א 29 יעריגער טוניזיער אפשטאמיגער, ביים נאמען סאאיף אללא, איז ארעסטירט געווארן, נאכדעם וואס מ’האט אויפגעכאפט אז ער האט איינגעקויפט דורכ’ן אינטערנעט פארשידענע מאטעריאלן און פראדוקטן וועלכע פעלן זיך וויכטיג אויס צו קענען פראדוצירן רייסין.

דייטשע רעגירונג קוועלער האבן נעכטן דערציילט, אז זיי זענען דערגאנגען אויף אללא’ס פלענער, נאכ’ן באקומען פון אמעריקאנער שפיאנאזש אגענטורן אינפארמאציע איבער דעם.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.