אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס פאליטישע נייעס און ארטיקלען

אמעריקע וועט זיך ארויסציען פון יו. ען. מעטשן רעכט קאנסול

די פאראייניגטע שטאטן איז יעצט טיף אינמיטן אן אינטערעסאנטער עפאכע, ווען פרעזידענט טראמפ האלט אין איין ארויסציען אמעריקע פון נאך און נאך פאראייניגטע צונזאמענארבעט מיט פארשידענע לענדער. אצינד הערט מען אז אמעריקע וועט זיך אויך ארויסציען פון די יו. ען. מענטשן רעכט קאנסול, נאכדעם וואס אמעריקאנע דיפלאמאטן זענען זייער אויפגעברויזט אז דער קאנסול איז איינזייטיג און אנטי מדינת ישראל.

ווי אמעריקאנע דיפלאמאטן זאגן, איז עס נישט קיין פראגע פון “אויב” נאר א פראגע פון “ווען” עס גייט געשען. די אמבעסאדע פון אמעריקע צו די יו. ען. האט זיך אויסגעדרוקט אויפן קאנסול אז עס איז “נאריש” און איר נאמען טראגט נישט קיין ווערד.

לויט ווי רויטערס נייעס אגענטור באריכטעט, איז דאס נישט בלויז א דראאונג, נאר א זאך וואס מען האלט ביים אויספירן, און מען ערווארט אין קורצן צו הערן אן אפיציעלער סטעיטמענט פון די ארויסציאונג.

אן אמעריקאנער אפיציעלער דיפלאמאט אין גענף האט אבער נישט געוואלט באשטעטיגן דעם באריכט, זאגנדיג אז עס קומען פאר דיפלאמאטישע געשפרעכן צווישן אמעריקע און די קאנסול, נאכדעם וואס אמעריקע פארלאנגט געוויסע טוישונגען. “די פאראייניגטע שטאטן גרייט זיך ווייטער צו צום קומענדיגן דיסקוסיע וואס וועט ארויפגעברענגט ווערן קומענדיגן מאנטאג” האט ער קלארגעשטעלט.

די אמעריקאנע אמבאסאדע פאר די יו. ען. ניק העילי, האט שוין פאראיאר געדראעט אז וואשינגטאן וועט אפלאזן דעם קאנסול אויב וועט מען נישט אויפהערן צו זיין איינזייטיג קעגן מדינת ישראל אויף טריט און שריט. ווי אמעריקע טענה’ט טוט דער קאנסול זינט איר גרינדונג אין יאר 2006 כסדר ארויפברענגען רעזולאציעס צו פארדאמען מדינת ישראל ווען עס קומט צו עזה, אפגעזען וואס די טעראריסטן וועלן טון.

דער שטרוי וואס האט צובראכן דעם קעמל’ס רוקן איז געווען נאכדעם וואס די קאנסול האט ארויפגעברענגט פאר אן אפשטימונג צו אויספארשן די הריגות ביים עזה גרעניץ ביי די שטורעמישע פראטעסטן פון די פאלאסטינער, און זיי פארדאמען די מדינת ישראל שיסערייען צו פארזיכערן איר גרעניץ, וואס איז לויטן קאנסול געווען איבערגעטריבענע מאכט קעגן פראטעסטירער. בלויז די פאראייניגטע שטאטן און אוסטראליע האבן געשטימט דערקעגן, און די מדינת ישראל אמבאסאדאר איז געווען זייער ברוגז דערויף, באוואשנדיג דעם קאנסול אז זיי האבן א מיסיע צו “פארשפרייטן ליגנט קעגן מדינת ישראל”.

וויפיל מען האט פרובירט צו ברענגען טוישונגען אין די אגענדע פון די יו. ען. מענטשן רעכט קאנסול האט מען גערעדט צום לאמפ, און לויט דיפלאמאטן און אקטיוויסטן וואס האבן אנטייל גענומען אין די געשפרעכן זעט נישט אויס ווי מ’גייט קענען עפעס טוישן.

מדינת ישראל איז נישט אזוי צופרידן פון די גאנצע מעשה כאטש וואס די אמעריקאנער ארויסציאונג פונעם קאנסול איז זיך אנצונעמען פאר מדינת ישראל, ווייל אויב אמעריקע פארלאזט דעם קאנסול וועט די מדינה פארבלייבן אליינס אויפן פראנט, און דאס וועט אויך ברענגען פיל מער מאכט פאר רוסלאנד און כינע, וואס די אמעריקאנע אנוועזנהייט אינעם קאנסול שטייט זיי ווי א ביין אין האלז.

אויב וועט דאס טאקע פאסירן, וועט דאס זיין די דריטע גרויסע און מאכטפולע לענדער פאראיין וואס אמעריקע פארלאזט, נאכן זיך אפרייסן פון די פאריזער אקלים אפאך, און פון די איראנער דיעל.

 

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.