דער געוועזענער טראמפ קאמפיין אנפירער פאול מענעפארט, איז פאראורטיילט געווארן צו זיצן אין טורמע ביז זיין געריכט, נאכן באשולדיגט ווערן מיטן פארלעצן די בעיל-פארשריפטן, ווען ער האט גערעדט צו עדות וועלכע זענען געווען פארמישט אין זיין קעיס.
מענעפארט איז אויפגענומען געווארן דורך די טראמפ קאמפיין נאכדעם וואס עס האט אויסגעזען ביי די קאנווענשאן אז עס איז צרות ווי א בארג, אלס איינער וואס האט געהאט א גלענצענדע היסטאריע אין אויפארבעטן פאליטישע קאמפיינס פאר יארן צוריק, איבערהויפט ביי די רעפובליקאנער פארמעסט צווישן פארד און רעיגן אין יאר 1976 ביי די עלעקשאנס צוויי יאר נאך וואס ניקסאן האט רעזיגנירט, און זיין וויצע פרעזידענט פארד האט איבערגענומען די פרעזידענטשאפט.
די רעפובליקאנער פארמעסט צווישן פארד אין רעיגן איז געווען אזוי שמאל, אזש קיינער פון זיי האט נישט געהאט די נויטיגע צאל דעלעגאטן צו באקומען די נאמינאציע. א דאנק מענעפארט האט פארד געווינען די רעפובליקאנע נאמינאציע, אבער דאך פארלוירן צום דעמאקראטישן קאנדידאט דזשימי קארטער, צוליב די צושפליטערונג אינערהאלב די רעפובליקאנער פארטיי.
טראמפ האט אריינגענומען מענעפארט צו אנפירן זיין קאמפיין, אבער שפעטער איז ער פארשיקט געווארן פון די טראמפ-קאמפיין, נאכדעם וואס עס איז אפירגעקומען באריכטן אז ער האט געהאט א שייכות מיט די פרא רוסישע רעגירונג אין אוקריינע, וועלכע האט געזאלט זיין א באווייז צווישן א טראמפ-רוסלאנד צוזאמענארבעט. די מוללער אויספארשונג האט זיך גענומען צו זיינע ביינער, און אים אויסגעפארשט.
כאטש וואס מען האט נישט געפינען קיין באווייז אז מענעפארט האט געהאט געטון סיי וואספארא שריט וועלכע האט געברענגט צו א טראמפ-רוסלאנד צוזאמענארבעט, איז ער פארט אנגעקלאגט געווארן אויף פארשידענע קאמפיין פינאנציעלע מיסברויכן, און ער איז באפרייט געווארן פאר בעיל ביז זיין געריכט. אבער אצינד וועט ער גיין זיצן אין טורמע ביזן געריכט, ווערנדיג באשולדיגט מיטן פארלעצן די בעיל טערמינען, מיטן רעדן צו עדות פון זיין קעיס.