אידישע נייעס

הסתלקות הגאב”ד הגה”צ הישיש גאב”ד עדת ישראל אויסטראליע

ברוך דיין האמת: פון בית שמש קומט אריין די ביטערע בשורה איבער די הסתלקות פון הגאב”ד הישיש הגה”צ רבי אברהם צבי בעק זצ”ל גאב”ד עדת ישראל אויסטראליע, בלויז צען טאג נאכן אנקומען קיין ארץ ישראל. 

דער גאב”ד האט פאר דרייסיג יאר געפירט זיין הערליכע קהלה אין מעלברוין אויסטראליע, און פאר לאנגע יארן האט ער געוואלט פארן קיין ארץ ישראל. לעצטנס האט דער רב זצ”ל באשלאסן צו פארווירקליכן זיין לאנגיעריגער וואונטש, און געשריבן א בריוו צו זיינע בני הקהלה, אז לויט די ראט פון דאקטורים האט ער אצינד די געלעגנהייט ארויפצופארן קיין ארץ ישראל.

פאר קארגע צען טאג צוריק האט דער רב זצ”ל פארלאזט מעלברוין, און געפארן קיין ארץ ישראל אויסצולעבן זיינע יארן בקדושה ובטהרה, אבער צוויי טעג נאכן אנקומען קיין ארץ ישראל האט זיך דער מצב פארערגערט. שפעטער איז עס אביסל בעסער געווארן און דער רב האט געפראוועט א הערליכע שבת בקרב מעריציו וחסידיו, ווען כלל ישראל האט ווייטער איינגעריסן לרפואתו השלימה.

די געזונט צושטאנד איז אין די לעצטערע טעג ערגער געווארן, און היינט איז ליידער דער גרויסער רב נסתלק געווארן, ניצחו אראלים את המצוקים, והצדיק אבד.

גדולה מיתת צדיקים יותר משריפת בית אלוקינו, וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף השם.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.