אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

איראן איז מודה אין זייער סעפטעמבער 11 ראלע

יעצט ווען עס הערשט אן אפענער רוגזה צווישן די פאראייניגטע שטאטן און איראן, הייבן אן ארויסצוקומען די אפענע קארטן איבער די ראלע וואס איראן האט געהאט ביי די ריזיגע סעפעטמבער 11 אטאקעס אין יאר 2001 אויף עטליכע גרויסע אמעריקאנע צילן, צווישן זיי די צווילינג טורעמעס אין ניו יארק און די פענטעגאן, וואס האבן געברענגט טויזענטער פאטאליטעטן, און גאר שטארק אראפגעברענגט די כבוד פון אמעריקע און איר פארשעמט פאר די גאנצע וועלט, זייענדיג די אטאקע וועלכע האט געפירט צו די לאנג פארצויגענע קאמף קעגן טעראר, א קאמף וואס איז נאך ביז היינט נישט פארטיג.

מוכאמאד דזשאוואד לארידזשאני, א הויכער סעקרעטאר אין די יוסטיץ מיניסטעריום פון די איראנער “מענטשן רעכט קאנסול”, האט געזאגט נעכטן אין אן אינטערוויו פאר די איראנער פרעסע, אז איראן איז געשטאנען צו די רעכטע האנט פון על קעידא טעראריסטן וועלכע האבן דורכגעפירט די אטאקעס אויף אמעריקע, און זיי צוגעשטעלט שוץ.

לויט לארידזשאני האט די אינטעליגענט סערוויס פון טעהאראן צוגעשטעלט אין געהיים הילף פאר די טעראריסטן,  אז זיי זאלן קענען רייזן צו אנדערע לענדער רואיגערהייט, אן א שרעק אז די אמעריקאנער שפיאנאזש אגענטורן זענען אויף זייערע שפורן.

דורכאויס דעם אינטערוויו האט ער דערציילט אז די על קעידא קעמפער האבן גערייזט צווישן אזעלכע לענדער ווי סאודיע אראביע און איראן. יעדע מאל וואס זיי זענען אריינגעקומען אין די איראנע גרעניצן סיי דורך די לופט און סיי דורך די יבשה, האבן די איראנער מסכים געווען נישט צו זיגלען זייערע פאספארטן.

די טעראריסטן האבן געטוישט פליגער’ס און געווען אין טעהאראן פאר צוויי שעה איידער זיי זענען געפארן ווייטער צו אטאקירן אמעריקע, און איראן האט זיי ארויסגעהאלפן צו פארלאזן דאס לאנד אונטער די אויפזוכט פון די איראנע אגענטורן.

אזוי אויך האט ער דערציילט אז איינע פון די פילאטן וואס האבן דורכגעפירט די סעפטעמבער 11 אטאקעס, איז געפלויגן אין איראן נעבן א גרויסער חיזבאללא באאמטער, און אזוי ארום האט ער אים געגעבן די געלעגנהייט זיך צו באשיצן פון די פיינטליכע רעגירונגען וואס האבן נאכשפיאנירט די טעראריסטן.

ביי איינע פון די מאמענטן אין דעם אינטערוויו האט דער איראנער באאמטער דערציילט אז איראנע שפיאנאזש אגענטן זענען געווען כסדר אין פארבינדונג מיט די על קעידא גענעראלן, און זיי געהאלפן אויף טריט און שריט.

דאס אז א גרויסער איראנער באאמטער האט נעכטן צום ערשטן מאל מודה געווען אז איראן האט געשפילט א ראלע אין די אטאקעס, באשטעטיגט די באשולדיגונג וואס אמעריקאנע שפיאנאזש קוועלער באשולדיגן שוין לאנג איראן, אבער ביז היינט האט דאס איראן שארף אפגעלייקנט, אין די צייט וואס אמעריקע האט געהאט פארשידענע באווייזן אז איראןהאט יא געהאט פארבינדונגען מיט אסאמא בין לאדין.

ווען די פאראייניגטע שטאטן האט געכאפט אסאמא בין לאדין אין די אקציע אין יאר 2011 און קאנפיסקירט הויפענעס מיט דאקומענטן, האט זיך ארויסגעשטעלט אז אל קעידא אגענטן האבן באקומען טרענירונגען אין חיזבאללא לאגערן, און איראן איז געווען גרייט צו שיקן געלט און וואפן פאר על קעידא, אין אויסטויש צו אטאקירן אמעריקאנער און מערב וועלט צילן.

אין א דאקומענט געשריבן מיט בין לאדין’ס אייגענע האנטשריפט, ווערט געשילדערט וויאזוי מען דארף רעאגירן צו טעהאראן ווען עס קומט צו פארהאנדלונגען. אין די דאקומענט שרייבט דער גרינדער פון אל קעידא אז אין פאקט האט איראן געשפילט א גרויסע ראלע צום סוקסעס פון זיין טעראר גרופע אין מיטל מזרח, און דערפאר זאל מען זיין געווארנט נישט צו טון סיי וואס עס קען אויפברויזן די רעזשים פון כומעני.

עס איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז א מאנאט צוריק האט א געריכט אין ניו יארק געאורטיילט אז איראן דארף באצאלן זעקס ביליאן דאלער, אלס א פארגיטיגונג פאר די פאמיליעס פון די סעפטעמבער 11 קרבנות, נאכדעם וואס די געריכט האט געזען באווייז אז איראן האט געהאלפן די אל קעידא טעראריסטן זיך גרייטן צום אטאקע.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.