אידישע נייעס

צוויי פארלוירענע קינדער אין לעיקוואד אפגעפינען ב”ה

אין לעיקוואד איז היינט פארגעקומען א פאניק און זוכעריי נאך צוויי פארלוירענע ברודער צבי מרדכי און יחזקאל, קינדער פון 7 און 8 יאר, וואס זענען ארויסגעגאנגען צום באס היינט אינדערפרי אום 8:30 צו גיין אין חדר, אבער זיי זענען קיינמאל אויפן באס נישט ארויפגעגאנגען, און מען האט מער נישט געהערט פון זיי.

אויפן גאס הערשט א געפערליכער היץ פון 90°, און די פאליציי איז ארומגעגאנגען זוכן די קינדער מיט שמעק הונט און העליקאפטער’ס, מיט די הילף פון חברים און הצלה דלעיקוואד, אין די צייט וואס כלל ישראל האט איינגעריסן מיט תפילות און קאפיטלען תהלים און געגעבן צדקה, אז די צוויי זאלן געפינען ווערן ווי פריער אין די בעסטע צושטאנד.

אצינד קומט אריין די גוטע נייעס אז די קינדער זענען געטראפן געווארן אין וואלד דורך א פאליציי אפיציר אין א גוטע צושטאנד ב”ה, בזכות תפלת רבים.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

איין באמערקונג

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.