אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

געוועזענער מדינת ישראל מיניסטאר ארעסטירט אלס איראן שפיאן

דער געוועזענער איזראעלישער כנסת פארלאמענט מיטגליד גונן שגב, איז באשולדיגט געווארן אין שפיאנירן פאר איראן, אינערהאלב די מדינת ישראל רייען. אין א באריכט ארויסגעגעבן דורך די מדינת ישראל פאליציי און ש.ב. שפיאנאזש אגענטור, ווערט דערציילט אז דער שפיאן איז שוין ארעסטירט געווארן פארגאנגענעם חודש אויפן פארדאכט פון העלפן פיינט און שפיאנירן קעגן מדינת ישראל.

דער מיניסטאר האט אן אינטערסאנטע היסטאריע, ער איז געווען א דאקטער, דערנאך איז ער געווארן א חבר כנסת, שפעטער איז ער ארעסטירט געווארן פארן שמוגלען דראגס, און אצינד האט מען אים געכאפט אלס שפיאן פאר איראן, וואס האט אריינגעדרייט אנדערע זיי זאלן אויך שפיאנירן מיט אים.

שגב, וואס האט אין די לעצטע יארן געוואוינט אין ניגעריע, איז אנגעקומען אום מאי דאס יאר קיין עקוואטאריאל גיני (א לאנד אין צענטראל אפריקע), וואו ער איז פון דארט אריבערגעליפערט געווארן קיין מדינת ישראל, נאכדעם וואס די עקוואטאריאל גיני באאמטע האבן אים נישט געוואלט אריינלאזן אין לאנד, צוליב זיין קרימינאלע פארגאנגענהייט.

דער מיניסטאר איז באלד געפירט געווארן צו די ש.ב. אויספארשונג’ס טישל, וואס האט געהאלטן אן אויג אויף אים, פארדעכטנדיג אז ער פארארבעט מעשים און האט פארבינדונגען מיט איראנער שפיאנאזש אגענטן, און העלפט זיי ארויס קעגן די אינטערעסן פון מדינת ישראל. דאס לייגט זיך אויפן שכל ווען עס קומט צו אזא צווייפלהאפטיגע מיניסטאר, וואס האט שוין א טונקעלער פארגאנגענהייט אויף זיין רעקארד.

דורכאויס די אויספארשונגען האט זיך ארויסגעשטעלט אז די פארדאכטן זענען קראנט, און שגב איז טאקע געווען א שפיאן פאר איראן, אנגעהויבן פון אזוי פרי ווי אין יאר 2012, ווען ער האט זיך באקענט מיט באאמטע פון די איראנער אמבעסאדע אין ניגעריע, און ער האט זיך עטליכע מאל געטראפן מיט איראנע שפיאנאזש אגענטן אין האטעלן, הייזער און רעסטוראנטן איבער די וועלט.

צווישן די זאכן וואס איז קלארגעשטעלט געווארן ביים אויספארשונג איז געווען, אז איראן האט צוגעשטעלט פאר שגב א פארגעשריטענער קלאסיפיצירטער קאמיוניקאציע אפאראט, צו קענען פארווישן די געשפרעכן צווישן אים און די איראנע געהיים אגענטן.

צווישן די סודות וואס דער שפיאן האט ארויסגעגעבן פאר איראן, איז אריינגערעכנט אינפארמאציע איבער די מדינת ישראל ענערגיע, זיכערהייט, אפיסעס און געביידעס פון פאליטישע און זיכערהייט פיגורן אדער אגענטורן אין לאנד, און נאך.

צו קענען נאכקומען די אלע שפיאנאזש אינפארמאציע וואס ער האט געפיטערט איראן, האט שגב אויפגעשטעלט א נעץ פון שפיאנאזש אגענטן, וועלכע זענען געווען מדינת ישראל בירגער מיט צוטריט צו זיכערהייט אדער אויסערן מיניסטעריום פון מדינת ישראל, און ער האט זיי אריינגענארט מיטן זאגן אז די איראנע שפיאנאזש אגענטן זענען אומשולדיגע ביזנעסלייט.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.