אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

ווער שטייט אונטער די טראמפ-קים סאמיט?

די ניו יארק טיימס האט געטראפן איינעם פאר וועמען עס קומט זיך די קרעדיט אויף די היסטארישע טראמפ-קים סאמיט אין סינגאפאר פארגאנגענעם מאנטאג, און דער איינער איז אן אמעריקאנער ביזנעסמאן וועלכער וואוינט אין סינגאפאר, מיטן נאמען גבריאל שולץ, וואס האט פארהאנדלט מיט דעם פרעזידענט’ס איידעם דזשעראד קושנער, און פון דארט און ווייטער האבן זאכן אנגעהויבן צו פארן.

גבריאל שולץ איז אן אמעריקאנער ביזנעסמאן וואס האט פארבינדונגען מיט דעם צפון קארעא דיקטאטור קים יאנג אן, און לויט די ניו יארק טיימס, איז שולץ דער וואס האט געדינט אלס דער געהיימער פארמיטלער צווישן די אמעריקאנע רעגירונג און די קים רעזשים.

ווי די באריכט דערציילט האט זיך שולץ געוואנדן צו קושנער אין נאמען פון פיאנגיענג, און איבערגעגעבן אז די צפון קארעא רעזשים איז גרייט זיך אראפצוזעצן מיט אמעריקע, און פירן א דירעקטע געשפרעך צווישן זייער פירער און פרעזידענט טראמפ.

קושנער האט איבערגעגעבן די באריכט פאר דעם דעמאלטדיגן סי. איי. עי. דירעקטאר מייק פאמפעא – היינטיגער סעקרעטערי אוו סטעיט – וואס האט זיך געטראפן שטילערהייט מיט צפון באאמטע, און געשפילט א גרויסע ראלע דורכאויס דעם גאנצן סאמיאט, פון ווען עס איז נאך געווען אין אירע ערשטע קערנדלעך, ביז ווען עס איז פאקטיש צושטאנד געקומען.

מיט דעם אלעם זאגט דער באריכט אז שולץ איז בלויז איינס פון צען מענטשן וואס האבן זיך אנגעטראגן צו זיין א פארמיטלער צווישן פיאנגיענג און וואשינגטאן, און אז פיאנגיענג האט פרובירט צו פירן געשפרעכן מיט אמעריקע אין די לעצטע דריי אדמיניסטראציעס, שיקנדיג מעסעדזשעס וועלכע זענען אלע איגנארירט געווארן.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.