פאליטישע נייעס און ארטיקלען

אמעריקע: מדינת ישראל איז א כפוי טובה!

דער אמעריקאנער אמבאסאדאר צו מדינת ישראל דוד פריעדמאן, האט געגעבן א שארפע פסק פאר די מדינה, נאכדעם וואס אין מדינת ישראל פרובירט מען צו לייגן דרוק אויף די טראמפ אדמיניסטראציע אז זיי זאלן אנערקענען די גולן בערג וואס זיי האבן אקויפירט פאר 51 יאר צוריק פון סיריע, אלס א מדינת ישראל טערעטאריע.

אין א רעדע פארנט פון די כנסת מיטגלידער האט פריעדמאן געזאגט אז עס זעט אויס ווי די מדינה פארשטייט נישט, אז אמעריקע האט נאך גלאבאלע אינטערעסן און פארבינדונגען מיט אנדערע לענדער אויסער מדינת ישראל. “די איזראעלישע פאליטיקאנטן ווייסן נאר פון זייער אגענדע. מיר האבן געטון אן אויסערגעווענליכע שריט פון אנערקענען ירושלים אלס זייער הויפטשטאט, מיר האבן אהינגערוקט דעם אמבעסאדע, און אנשטאט זיך צו באדאנקען, לויפן זיי שוין צום קומענדיגן זאך. דאס איז א כפוית טובה”. האט ער זיי באוואשן.

דאס קומט נאכדעם וואס די איזראעלישע מיניסטארן זענען פארנומען א שטיק צייט, אז די פארשלאג פון מדינת ישראל צו אמעריקע אז זיי זאלן אנערקענען די גולן בערג אלס א טייל פון מדינת ישראל טעריטאריע איז אויפן טיש פון פרעזידענט טראמפ, און עס קומען פאר הייסע געשפרעכן צווישן די צוויי לענדער איבער דעם טעמע. דער זיכערהייט קאבינעט מיטגליד האט אפילו געוויסט צו זאגן אז אמעריקע איז דאס גרייט צו אנערקענען די גולן בערג אלס מדינת ישראל טעריטאריע, כדי צו איינצוימען די איראנע איינפלוס אין ראיאן.

“מיר ווייסן נישט פון אזעלכע געשפרעכן” האט פריעדמאן קאמענטירט אויף די ווערטער פון די מיניסטארן. “מיר האבן נישט קיין שום פרישע פאליטישע סטעיטמענטס איבער מדינת ישראל אויפן מינוט. מען טרעפט זיך צו רעדן איבער פארשידענע טעמעס, אבער מען האלט נישט ביי קיין שום פראקלאמאציע”.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.