קעיפטאון – אידישע גרופעס אין דרום אפריקע זענען ארויסגעקומען מיט שארפער פארדאמונג איבער אן אינצידענט וואס האט פאסירט אינעם “טעמבא אינטערנאציאנאלע לופטפעלד” אין דער ארטיגער שטאט גאוטענג.
דער אינצידענט האט פאסירט בעת א אידישע פארפאלק איז געזעסן אינעם לופטפעלד און געווארט אויף א פליגער, ווען פלוצלינג איז א פארשוין צוגעקומען נאענט צו זיי, און זיך גענומען שרייען אנטי-אידן לאזונגען, אריינגערעכנט “איר אידן זענט שלעכט! אידן זענען גאר א שלעכט פאלק! איר מוזט זיך טוישן!”
דאס אטאקירטע פארפאלק זאגט אז זיי זענען דארטן געשטאנען הילפסלאז א לענגערע צייט, און קיינער האט עס אפילו נישט פרובירט אפצושטעלן.