אין די צייטן וואס רבינו שלמה לוריא זצ”ל, באקאנט מיט זיין פירוש מהרש”ל, איז געווען רב אין די שטאט לובלין, האט דארט געוואוינט א יונגערמאן וועלכער איז געווען פון זיינע גאר חשובע תלמידים און האט זיך אויסגעצייכנט מיט פארשידענע מעלות און מדות טובות.
האט פאסירט ביי דעם יונגערמאן א ביטערן אומגליק, א קורצע צייט נאך זיין חתונה איז זיין ווייב קראנק געווארן אויף אן אומהיילבארע קרענק, און האט זיך געמוטשעט א לענגערע צייט.
דער יונגערמאן האט נישט געשפארט קיין כוחות און מיה, און האט זיך געלאזט קאסטן געלט פאר דאקטוירים, און דערצו מתפלל געווען הייסע תפלות, אבער די שערי רחמים זענען ליידער געווען פארמאכט און זי האט אויסגעהויכט איר לויטערע נשמה אין איר יונגע עלטער.
דער בראך פון דעם יונגערמאן איז געווען זייער גרויס, און ער האט שטארק באוויינט זיין אומגליק.
געווענליך איז די סדר העולם, אז ווען עס גייט אדורך א צייט אפלויף נאכדעם וואס עס פאסירט לא עלינו אזא אומגליק בארואיגט מען זיך און מען ווערט געטרייסט, און צוליב דעם האט דער באשעפער געמאכט די נאטור פון שכחה, מען זאל קענען פארגעסן און אנגיין מיטן לעבן. אבער ביי דעם יונגערמאן האט נישט אזוי פאסירט, עס איז אדורך א לענגערע צייט, מען האט שוין אפילו געהאלטן נאך די ערשטע יארצייט, און דאך האט ער זיך נישט געקענט בארואיגן.
עס איז גאר געווען פונקט פארקערט וואס מער צייט עס איז אדורך, אלס מער איז ער געווארן בעצבות און ממש אריינגעפאלן אין מרה שחורה. האבן זיינע חברים באשלאסן צו פארציילן דערוועגן פאר זיין רבי’ן דער הייליגער מהרש”ל, אז ער זאל אים לאזן רופן און מחזק זיין.
דער מהרש”ל האט אים טאקע געלאזט רופן און געפרעגט וואס עס דרוקט אים אזוי שטארק אויפן הארץ. דער יונגערמאן האט נישט געהעריג געענטפערט, און דער מהרש”ל האט באמערקט אז ער באהאלט עפעס, האט ער אויף אים גוזר געווען מיט זיין כח התורה אז ער זאל ענטפערן.
דער תלמיד האט דאן דערציילט: “א קורצע צייט פאר מיין ווייב איז נפטר געווארן, האט זי מיר געבעטן אז איך זאל איר צוזאגן בתקיעת כף, אז איך וועל מער קיינמאל נישט חתונה האבן. אין יענע ביטערע מינוטן האב איך איר געוואלט דערפרייען דאס הארץ און איך האב איר דאס צוגעזאגט.
“דאס איז מיר גורם א געפערליכן צער”, האט דער תלמיד געזאגט מיט געוויין, “איך בין נאך זייער יונג, און יעצט דארף איך אפלעבן מיין גאנץ לעבן איינער אליין, און נישט קענען אויפשטעלן א אידישע שטוב? “
ווען דער מהרש”ל האט געהערט וואס דער יונגערמאן פארציילט האט ער זיך פארטראכט א לענגערע צייט, דערנאך האט ער ארויסגעגעבן זיין קלארן פסק : “דו טארסט זיך נישט רעכענען מיט דעם תקיעת כף, דו דארפסט נאכאמאל חתונה האבן, האב פון גארנישט מורא איך נעם עס אויף מיין אחריות”.
דער תלמיד איז געווארן אביסל אויפגעלעבט הערנדיג די ווערטער, און ער האט זיך שטארק באדאנקט.
ביז א קורצע צייט, האט מען אים אנגעטראגן א פיינעם שידוך, און מיט די הסכמה פון זיין רבי’ן דער מהרש”ל האט ער דאס פארענדיגט בשעה טובה ומוצלחת.
אבער ס’איז נישט אדורך מער ווי עטליכע טעג פון ווען ער איז א חתן געווארן, און דער נייער חתן איז ל”ע פלוצלינג געשטארבן, פון איין מינוט אויף די צווייטע, די גאנצע שטאט איז דערפון אויפגעשוידערט געווארן, קוים האט ער אביסל אויפגעלעבט און געהאט א שטיקל שמחה, און ווייטער האט פאסירט אזא אומגליק.
אויך צום מהרש”ל’ס אויערן איז אנגעקומען די ביטערע בשורה, אבער צום גרויסן וואונדער האט ער גארנישט אויסגעזען טרויעריג, ער האט תיכף געלאזט רופן דעם הויפט פון די חברה קדישא און אים באפוילן ווי פאלגענד: “מען זאל דורכפירן אויף דעם יונגערמאן א געהעריגע טהרה אבער פאר מען וועט אים באגראבן זאל מען מיר שיקן רופן, איך וועל דאן ווייטער הייסן וואס צו טאן”.
פארשטייט זיך אז מען האט פונקטליך אויסגעפאלגט דעם רבי’נס אנווייזונגען, און פארן מקבר זיין האט מען געשיקט מודיע זיין פארן מהרש”ל.
דער מהרש”ל איז ארויס צום בית החיים און איבערגעגעבן א צעטל פאר די חברה קדישא. ער האט זיי באפוילן זיי זאלן דאס אריינלייגן אין די האנט פונעם נפטר, זיי זאלן נישט צודעקן דעם קבר, נאר תיכף דערנאך פארלאזן דאס פלאץ.
אויפן צעטל איז געשטאנען אזוי “שלום שלום לכם פמליא של מעלה, איך יתכן והלא עשה דוחה לא תעשה שבתורה, גוזרני עליכם בכח התורה שתחזירו לי את האברך הזה”.
אין אידישע איבערזעצונג: “פרידן צו אייך פמליא של מעלה, וויאזוי האט אזא זאך געקענט פאסירן? א מצות עשה שטופט דאך אוועק א מצות לא תעשה – דאס הייסט די מצות עשה פון פרו ורבו אז מען דארף חתונה האבן, איז שטארקער פון די מצות לא תעשה פון לא יחל דברו, אז מען טאר נישט עובר זיין אויף א נדר – איך בין גוזר אויף ענק מיטן כח פון די תורה, אז איר זאלט מיר צוריקגעבן דעם יונגערמאן, און דער הייליגער מהרש”ל האט זיך פאר’חתמ’ט זיין נאמען – שלמה לוריא.
די חברה קדישא האבן געטאן פונקטליך וואס דער הייליגער מהרש”ל האט באפוילן. אריינגעלייגט דאס צעטל אין האנט פונעם נפטר, און תיכף פארלאזט דעם אפענעם קבר.
פלוצלינג איז געווארן א געפערליכע איבערקערעניש אין שטאט, דער יונגערמאן וועלכן מען האט קוים באגלייט מיט גרויס געוויין צום בית החיים, האט ארומשפאצירט לעבעדיגערהייט איבער די גאסן פון לובלין, אנגעטאן מיט ווייסע תכריכים.
א שרעק איז יעדן באפאלן, מאמעס האבן געכאפט די קינדער און געלאפן זוכן שוץ אונטער די פארשפארטע טירן, אנדערע האבן זיך פארלוירן און געשריגן מיט קולי קולות פאר גרויס שרעק.
אבער דער יונגערמאן האט זיך נישט צו טאן געמאכט, ער איז רואיג אהיימגעגאנגען, ווי גלייך גארנישט וואלט פאסירט.
די גאנצע שטאט האט געקאכט און גערויעשט פון דעם אפענעם נס, יעדער האט זיך געקענט איבערצייגן דעם גרויסן כח התורה פונעם הייליגן רב, אז מען האט געזען תחיית המתים ממש פאר די אויגן. פארשטייט זיך אז דער קידוש השם איז געווען זייער גרויס.
אבער דא האט זיך געמאכט א נייער פראבלעם, די כלה האט שוין מער נישט געוואלט מיט אים חתונה האבן, ווייל ווער וויל דען וואוינען מיט א געוועזענעם נפטר?
האט דער הייליגער מהרש”ל נאכאמאל גוזר געווען מיטן כח התורה אז דער שר של שכחה זאל מאכן אז אלע איינוואוינער זאלן פארגעסן דערפון, און ביז אפאר טאג איז טאקע פארגעסן געווארן פון אלע שטאט מענטשן ביי וועמען די מעשה האט פאסירט.
אזוי ארום האט זיך דער יונגערמאן, ביז א קורצע צייט, צוריק אויסגעמישט מיט אלע אנדערע יונגעלייט, און האט אויפגעשטעלט א בית נאמן בישראל. ער האט דערנאך געלעבט לאנגע געזונטע און גליקליכע יארן.
(שיח זקנים)