ארטיקלען און געדאנקען

צוריק אין צייט: די אינקוויזיציע ווערט פארטריבן פון שפאניע

איבער דער גירוש שפאניע דארף מען פאר קיינעם נישט דערציילן. יעדער ווייסט דאס אז די פארשאלטענע שפאנישע אינקוועזיציע האט פארטריבן די אידן פון איר לאנד, און כסדר גערודפט און געפייניגט די וואס זענען דארט פארבליבן צו היטן אידישקייט אין געהיים. 


די ארטיקל ווערט געספאנסערט דורך:


מנחם גאלדשטיין ענד קא – וואס זיין פירמע האט שוין אריינגעברענגט הונדערטער היימישע אינגעלייט אינעם עולם המסחר זייט נישט פין די ארויסגעפאלענע! קליק די לינק צו באקומען סטעפ ביי סטעפ אינסטרוקציעס און הייבט אן צו פארדינען אין א קורצע צייט, אסאך געלט גרינגערהייט.

דרוקט שוין דא: http://www.clkmg.com/Maxg101/3000


דער דאטום תשעה באב רנ”ב, די טאג ווען די אידן זענען פארטריבן געווארן פון שפאניע, איז א ברייט באקאנטע. אבער דער היינטיגער דאטום, ח’ תמוז תקצ”ג, ווען די “אינקוויזיציע” זעלבסט איז פארטריבן געווארן פון שפאניע, איז נישט אזוי באקאנט. אלזא, לאמיר זיך באקאנט מאכן דערמיט, אין אוזנער סעריע “צוריק אין צייט”

די גלאררייכע יארן

ווען מיר רעדן פון ‘גירוש שפאניע’, מורמלט זיך יעדער אונטער ‘אך, דער פארשאלטן לאנד שפאניע!’ דער אויסדרוק איז זייער א באדייטפולער, די אידן זענען געווען די וואס האבן געבויט שפאניע, איר גלענצענדע האנדל-וואנדל, איר שפרודלענדער עקאנאמיע, איר אויבערהאנט ביי פארשידענע מלחמות, איר פראכטפולן אויסזעה, איר בארימטע אגריקולטור, אלעס איז געווען צו פארדאנקען די אידישע בירגער, וועלכע האבן מיט בלוט און שווייס אזוי געטריי ארויפגעארבעט דאס לאנד, פאר ארום פופצן-הונדערט יאר.

איבערבלייבענישן פון א אידישע בית המדרש אין טאלעדא, שפאניע

נישט אייביג האבן אידן געקרעכצט אויפן שפאנישן באדן. פאקטיש איז אידישקייט אין שפאניע געווען פון די שענסטע וואס כלל ישראל האט פארמאגט דורכאויס איר לאנגן גלות. די גרעסטע תורה צענטערן האבן געבליהט אין דעם לאנד, די גרעסטע גדולים זענען דארט אויפגעוואקסן, און איינגעזאפט איר לופט מיט תורה, עס איז געווען א ריכטיגער מוסטער פון תורה וגדולה במקום אחד, אויף אזוי ווייט אז די היסטאריע ספרים רופן אן אט די גלאררייכע יארן אלס ‘דער גאלדענער תקופה’ (תור הזהב), דאס איז ווירקליך געווען א גלאנציגער עפאכע. דאס אלעס האט אנגעהאלטן ווילאנג שפאניע איז געווען אן אראביש לאנד.

די אינקוויזיציע

 ווען עס קומט צום גירוש אין שפאניע, קומט באלד ארויף אויפן געדאנק “דער שפאנישער אינקוויזיציע”, וועלכע איז פאראנטווארטליך אויפ’ן ברוטאלן גזירה פון פארטרייבן אזויפיל הונדערטער טויזנטער אומשולדיגע מענער פרויען און קינדער פון זייערע היימען, אן א דאך איבערן קאפ און אנע פרוטה צום נשמה.

מען ווייסט אז דער שפאנישער אינקוויזיציע האט אפילו נאכדעם וואס עס זענען פארטריבן געווארן די אידן, געלאקערט אויף די טויזנטער באהאלטענע אנוסים און נאכגעפאלגט אויף טריט און שריט. ווען אזא איינער איז אריינגעפאלן אין זייער בלוטיגע הענט, איז מען אדורך האר-אויפשטעלנדע פייניגונגען, און על פי רוב האט זיך דאס געענדיגט מיט’ן געברענגט ווערן אויפן שייטער-הויפן וואו מ’איז פארברענט געווארן לעבעדיגערהייט רחמנא יצילינו אויף קידוש השם.

אבער ווייניג ווייסן איבער די אמת’ע מאטיוון פונעם גרינדונג פון די אינקוויזיציע. דער אינקוויזיציע איז ביסודו נישט געגרינדעט געווארן אין שפאניע, און איר ציל איז ניטאמאל געווען די אידן.

די אינקוויזיציע איז געגרינדעט געווארן ערגעץ ארום שנת ה”א קנ”א, ווען אין שפאניע זענען פארגעקומען רציחות אויף אומשולדיגע אידן, איז אין ענגלאנד פארגעקומען ערנסטע אויפשאקלונגען אינערהאלב די קארידארן פונעם קריסטליכן רעליגיע. ליבעראלע ווינטן האבן אנגעהויבן בלאזן צווישן די יוגנט פונעם קאטוילישן לאגער, וועלכע זענען געווען זאט פון די אלע משוגעת’ן און נארישקייטן וואס די קאטוילישע פאנאטישע גלחים האבן כסדר פארלאנגט.

האט זיך דעמאלט אויפגעשטעלט א פארשוין מיטן נאמען מארטין לוטער וואס האט געגרינדעט דעם פראטעסטאנטישער באוועגונג אינערהאלב דעם קריסטליכן רעליגיע. ער זעלבסט איז געווען א גלח וואס האט פשוט נישט געהאלטן ביים פאסטן תעניתים און אויסהערן יעדן זונטאג די עבירות פון זיינע מענטשן, האט ער באשלאסן זיך גרינגער צו מאכן דאס לעבן.

ארום אים האט זיך פארמירט א ריזן מאסע פון טויזנטער קריסטן וואס האבן שוין יארן געלעכצעט צו הייסן א קריסט אבער נישט זיין געבינדן צו דעם רעליגיע. די פראטעסטאנטישע באוועגונג איז געוואקסן, און דער קאטוילישער קירכע האט אנגעהויבן ערנסט צו ציטערן אז זיי קענען צושפארן זייער קרעמל און זיך געזעגענען דערפון. דערפאר האט מען געגרינדעט דעם “אינקוויזיציע”, וואס איר באדייט מיינט ‘אויספארשונג’. דער אינקוויזיציע האט זיך אונטערגענומען אויסצוראטן די ווידערשפעניגער’ס און מאכן ארדענונג.

אבער עס האט זיי גארנישט געהאלפן. דער איינפלוס פון די פראטעסטאנטן איז גאנץ שנעל געפארן פון איין לאנד צום צווייטן און זיך אויסגעשפרייט איבער גאנץ אייראפע. ווען דער אינקוויזיציע האט געזען אז זיי וועלן גארנישט קענען טון דא, אדרבא, וואס א געריכט און טויט-אורטייל שפעטער, ווערן זיי א גרעסערער געלעכטער און ליצנות, האבן זיי באשלאסן זיך צו נעמען צו די ביינער פון די אנדערע וואס לייקענען אינעם קאטוילישן רעליגיע, דאס זענען די אידן און להבדיל די אראבער.

אילוסטראציע פון א אוי-טא-דא-פע אין מאדריד, וואו אידן ווערן ארויפגעברענגט איו פלאמען אויף קידוש השם

פון די מוסלעמענער האט דער אינקוויזיציע גאנץ גוט געציטערט, נאכדעם וואס זיי האבן פארמאגט מאכטפולע לענדער, אבער די שוצלאזע אידן זענען געווען א ציל-ברעט פאר די רוצח’ישע אינקוויזיטארן, אויף וועמען מ’קען זיך איזדיעקעווען און פארגיסן זייער בלוט.

די אינקוויזיציע אין שפאניע

דער אינקוויזיציע איז מער-ווייניגער געווען אונטער’ן שירעם פונעם רומישן וואטיקאן, און צו גרינדן אן אינקווויזיציע אין סיי וועלכע לאנד, האט מען געדארפט האבן א באשטעטיגונג פונעם פויפסט אליין.

אין יאר ה”א רמ”ג איז אין שפאניע אויפגעשטאנען א בלוטדארשטיגער מערדער, א גלח מיטן נאמען טאמאס-דע-טארקוועמאדע שם רשעים ירקב, דער זעלבער וואס האט צוגעדריקט דעם שפאנישן מלוכה אויסצופירן ניין יאר שפעטער דעם שוידערליכן גירוש, און האט געארבעט אז די אינקוויזיציע זאל געגרינדעט ווערן אין שפאניע.

זיין ציל איז געווען צווייפאכיג: פארטרייבן די אידן, און טעראריזירן די אנוסים, וואס יעדער האט געוויסט אז זיי זענען ווייט פון געטריי צו זייער נייע רעליגיע וואס זיי זענען געצווינגען געווארן צו אננעמען. נאכן באקומען די נויטיגע ערלויבעניש, האט זיך טארקוועמאדע ימ”ש געקרוינט אלס הויפט-אינקוויזיטאר פון שפאניע, וואס איז שפעטער טרויעריג-בארימט געווארן אלץ דער וואס האט אויסגעפירט די מערסטע טויט-אורטיילן ווי סיי וועלכע אינקוויזיטאר אין היסטאריע.

גירוש שפאניע

ווען דער ברוטאלער קאטוילישער טיראן פערדינאנד האט איינגענומען שפאניע, האט ער צוזאמען מיט זיין קעניגן איזאבעלא די רשע’נטע, און דער בלוטדארשטיגער הויפט-אינקוויזיטאר טאמאס דע טארקוועמאדע ימח שמם וזכרם, ארויסגעגעבן געווארן א באפעל ‘פארן פרידן פונעם לאנד’ צו פארטרייבן יעדן איד פון שפאניע, סיידן ער טויפט זיך צום קריסנטום און פארפליכטעט זיך צו זיין געטריי פאר יאשקע און זיין קירכע.

איבער א פערטל מיליאן אידן האבן פארלאזט שפאניע אום תשעה באב שנת רנ”ב ארעם ווי דער נאכט, נאכדעם וואס א שטרענגער באפעל האט אפגעהאלטן די פארטריבענע מיטצונעמען סיי וואס עס קען זיי נאר שטעלן אויף די פיס אין א צווייטן לאנד.

נישט אז שפאניע איז נאכן גירוש געווארן ‘אידנריין’, עס האט ווייטער געווירבלט אינעם אנטי-אידישן לאנד גענוג און נאך אידישע אקטיוויטעטן, עס איז טאקע פראקטיצירט געווארן אין געהיים, באהאלטן אין געהיימע קעלערן ווייט אוועק פון די אינקוויזיציע נעגל, אבער די גרעסטע מיניסטארן, פראפעסארן, און זאגאר די בישאפן און קארדינאלן, וועלכע האבן געטראגן א פנים פון ערליכע קריסטן, זענען אין פאקט געווען געהיימע אידן וואס האבן געדינט השי”ת מיט מסירת נפש.

די גירוש דעקרעט וואס האט באפוילן צו פארטרייבן אלע אידן פון שפאניע

אך און וויי איז געווען פאר דעם וואס איז געפאלן א קרבן צו די שפערבערישע בארבארישע אינקוויזיטארן. זיי האבן געפייניגט די ארעסטאנטן מיט די שרעקעדיגסטע אינסטרומענטן, און דערנאך ארויפגעווארפן צווישן די פלאמען אויפן שייטער הויפן, פון וואס עס האט זיך ארויסגעהערט א הילכיגן “שמע ישראל” געשריי, א געשריי וועלכע האט באשטעטיגט די אידישע עקשנות.

שפאניע האט שוין מער נישט געהאט אזעלכע גוטע טעג נאכ’ן גירוש ווי פריער.

דעם אידישן מסחר’ישן טאלאנט און קלוגשאפט האט שטארק אויסגעפעלט. כאטש וואס עס זענען נאך געווען גענוג אידישע אנוסים, איז דאס אויך געווארן ווייניגער און ווייניגער, ביז ווען שפאניע, וואס איז געווען אזא רייכע און מאכטפולער לאנד, האט פארלוירן איר גלאנץ, און אנגעהויבן צו שטיין אויף הינערישע פיס.

איקוויזיציע פארלירט מאכט

די אינקוויזיציע זעלבסט האט שוין אויך פארלוירן איר רשעות’דיגן מאכט וואס האט אזויפיל אידיש בלוט געהאט אויף זייערע הענט, ווען אין יאר תקע”ב איז דאס בטל געווארן דורכ’ן שפאנישן געריכט פונעם שטאט קאדיס.

אין תקע”ה איז דאס טיילווייז צוריקגעשטעלט געווארן אויפן פלאץ ביז צו איר ענדגילטיגן אונטערגאנג בשנת תק”פ, ווען עס איז פארגעקומען דער ליבעראלער רעוואלוציע.

עס איז דאך געבליבן א קרייז פון פאנאטישע קאטויליקן וואס האבן פרובירט ווידער אויפצולעבן דעם פארשאלטענעם אינקוויזיציע, אבער…

אין דעם היינטיגן טאג, ח’ תמוז, אין יאר תקצ”ד איז דאס אויפגעלעזט געווארן, און די אינקוויזיציע איז ענדגילטיג פארטריבן געווארן פון שפאניע, און מער נישט געהאט דארט קיין דריסת הרגל.

שפאניע: אידן, קומט צוריק!

אינעם זיבעצנטער פון דעצעמבער למספרם שנת תשכ”ח, דאס איז פיר-הונדערט-מיט-זעקס-און-זיבעציג יאר נאכ’ן גירוש שפאניע, האט דער שפאנישער אינקוויזיציע אין א סימבאלישער צערעמאניע אויסגערופן אז דער גירוש-דעקרעט און די אלע אנטי-אידן געזעצן פון דעמאלט ווערט בטל ומבוטל, דער צערעמאניע איז פארגעקומען אין אן אור-אלטן קירכע אינעם שטאט מאדריד, וואס איז ביסודו געווען א בית המדרש, און איז צוריקגעגעבן געווארן פאר’ן אידישן פאלק.

די קעניגליכע פאלאץ אין מאדריד, שפאניע

שפאניע, וואס איז היינט-צוטאג’ס א קליינער לאנד מיט נישט די בעסטער עקאנאמיע, האט זיך ענדליך אויפגעוועקט פון איר לאנע כמעט-פינף-הונדערט יעריגן שלאף, און זיך צוריק פארבענקט צו די אידן.

פאר געציילטע יארן צוריק, אין יאר תשע”ב, האט שפאניע אפיציעל געמאלדן אז זי נעמט גערן אויף אידישע בירגער אין איר לאנד, ווי אויך קען יעדער איד מיט א ספרד’ישן אפשטאם אפנעמען בירגערשאפט פון שפאניע. דער אויסערן מיניסטאר האט דערמיט אויסגעדרוקט זיין האפענונג, אז די אידן וועלן צוריקקומען צום לאנד וואו זיי זענען יארן געזיצן רואיג און געהאט פון די שענסטע קהלות, איר ווידעראויפבליען מיט א פרישקייט, און אויפבויען צוריק דעם לאנד’ס עקאנאמיע.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

איין באמערקונג

  • איינער קען אפשר ארויפלייגן בילדער פונעם אינקוויזיציע קעלערן וויאזוי עס זעט אויס היינט צוטאגס???

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.