וואשינגטאן – דער סופרים קאורט אין וואשינגטאן האט נעכטן ארויסגעגעבן א וויכטיגן אורטייל, וועלכע וועט ווארשיינליך טוישן די מארקעט פון אנליין פארקויפונגען, נאכדעם וואס דאס געריכט האט געזאגט אז סטעיטס האבן רעכט צו צווינגען אנליין פארקויפער, צו בעטן “סעילס טעקס” פון די קאסטומערס – יעדער לויט די סטעיט וואו ער וואוינט.
ביז יעצט האט דאס געזעץ קלאר געזאגט אז א ביזנעס מוז האבן א פיזישע אנוועזנהייט אין א סטעיט, אז די סטעיט זאל האבן רעכט צו בעטן סעילס טעקס, אבער דער סופרים קאורט האט געאורטיילט אז צייטן האבן זיך געביטן, און פון היינט און ווייטער קענען סטעיטס מאנען סעילס טעקס אויף אנליין פארקויפונגען – אפילו דער פארקויפער האט נישט א פיזישן געשעפט אין דעם ספעציפישן סטעיט וואו דער קאסטומער וואוינט.