א שווערע זאמד שטורעם בוזשעוועט יעצט אויף מארס, די גאנצע פלאנעט איז באדעקט מיט די זאמד שטורעם.
די נאסא ‘נייגעריג’ ראווער (curiosity) גייט אן געהעריג זינט ער נעמט ענערגיע פון א פלוטאניום פאוער גענעראטאר.
אבער די נאסא געלעגנהייט ראווער (opportunity) וואס נוצט סאולער פאנעלן פאר פאוער האט א פראבלעם וויבאלד די זאמד שטורעם שטערט די זון שטראלן וואס פעלט אויס צו טשארדזשן די ראווער. דערפאר איז געלעגענהייט געגאנגען שלאפן עד יעבור זעם… אבער האט אנגעשטעלט א וועקער זייגער זיך אויפצואוועקן יעדע פאר טאג און איבערקוקן אויב אירע בעטעריס זענען שוין געטשארדזשט.
די געלעגענהייט אינזשענירן אויף די ערד האבן באקומען די לעצטע סיגנאל פון די ראווער 3 וואכן צוריק, אבער זיי זענען אפטימיסטיש אז די ראווער וועט זיך קענען אליינס צוריק אויפוועקן ווען די שטורעם איז פאראיבער.
ס’איז אבער נישט אזוי פשוט. געלעגענהייט דארף האלטן די בעטעריס אביסל ווארעם ווייל אויב ווערט עס פארפרוירן וועט זיך עס מער נישט אנצינדן, דערפאר נוצט עס קליינע פלוטאניום ווארעמערס צו האלטן די בעטערי טעמפוראטור העכער די פריזינג פונקט.
געלעגענהייט ראווער איז מתחילה געווען געפלאנט צו זיין א 90 טאגיגע מיסיע, אבער ס’האלט שוין אזוי איבער 14 יאר צום גוטן…