ווייסע הויז ווארטזאגערין סענדערס האט פארציילט אז זי איז פארטריבן געווארן פון א רעסטוראנט, פארן זינד אז זי ארבעט אין די טראמפ אדמיניסטראציע.
אין א טוויט וואס פרוי סענדערס האט געשריבן, לייגט זי פאר איר געשיכטע אז “נעכטן האבן מיר די אייגענטומער פון די רעד הען רעסטוראנט אין לעקסווינגטאן ווערדזשיניע, געהייסן פארלאזן דעם רעסטוראנט, וויבאלד איך ארבעט פאר דעם פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן. איך האב פארלאזט מענטשליך”. דער טוויט ענדיגט זיך “איך פרוביר אייביג זיך צו באציען שיין צו מענטשן, אפילו ווען זיי האלטן נישט ווי מיר, מיט די פולסטע רעספעקט. און איך וועל זיך ווייטער אזוי פירן”.
איינער פון די סארווירער אינעם רעסטוראנט שרייבט אז “איך האב סערווירט האקאבי סענדערס פאר צוויי מינוט, ביז ווען די אייגענטומער פון דעם רעסטוראנט האט איר ארויסגעטראסקעט פון ארט מיט זיבן פון אירע פאמיליע מיטגלידער”. אבער דער מעסעדזש איז גאנץ קורצליך פארשוואונדן געווארן פון די סאציאלע מידיע פלאטפארמעס.
אזוי ווי יעדע איינציגסטע זאך וואס האט אין די היינטיגע טעג סיי וועלכע פארבינדונג מיטן אמעריקאנעם פרעזידענט דאנאלד טראמפ, האט מען פון איין זייט געהערט אסאך קריטיק איבער דעם רעסטוראנט, געוויסע האבן אפילו גערופן דאס צו באיקאטירן. אבער אנדערע האבן אויסגעלויבט דעם אקט און הנאה געהאט דערפון.
אין אן אינטערוויו האט זיך דער רעסטוראנט אייגענטומער געשפירט גאר גוט, און זיך נישט געהאלטן ביים אנטשולדיגן אויף זיין אקט, זאגנדיג אז ער האט נישט קיין חרטה דערויף, און אז סענדערס האט מיט איר אנוועזנהייט געמאכט אומבאקוועם פאר זיינע איבעריגע קליענטן.
צום באמערקן, עס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס רעסטוראנט אייגענטומער ווייזן ארויס זייער פאליטישער שטעלונג ווען פאליטיקאנטן קומען אריין אין זייערע געשעפטן, און ווארשיינליך אויך נישט דאס לעצטע.
דער אינצידענט האט פאסירט נאכדעם וואס עס איז עטליכע טעג געווען צוויי ענליכע געשיכטעס, ווען סטיווען מילער – דער ראטגעבער פון פרעזידענט טראמפ וואס האט פארגעשלאגן דא “זערא טאלארענץ” פאלעסי מיט אומלעגאלע אימיגראנטן – וועלכע האבן צוטיילט עלטערן פון זייערע קינדער און געברענגט א נאציאנאלער שטורעם אין לאנג, און קירסטאן נילסאן די נאציאנאלע זיכערהייט סעקרעטארשע פון די טראמפ אדמיניסטראציע, זענען ארויסגעפירט געווארן פון רעסטוראנטן אין וואשינגאטאן, נאכן פארשריגן ווערן מיט הילכיגע צווישנרופן פון אנוועזנדע קליענטן.