אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

דראמא ארום טערקישע וואל אויסגאנג

די נאכט האט זיך אויסגעשפרייט היינט העכער טערקיי, ווען עס הערשט דארט א לופט פון אנגעצויגנקייט און דראמא.

דער פרעזידענט ראסעפ טאאיפ ארדואן האט די אויבערהאנט אין די וואלן וואס קומען אצינד פאר אין טערקיי, און ער דערקלערט זיך אלס געווינער, נאכדעם וואס ביי 95% שטימען אפגעציילט, האט ארדואן געווינען מיט 53%, אין די צייט וואס זיין קעגנער האט אנגעצויגן ביז 30%.

ארדואן קעגנער צילן איז נישט אזוי ווייט צו געווינען דאס בענקל, נאר ליבערשט אז ער זאל נישט האבן קיין 50% פון די שטימען, וואס וועט אים אריינשלעפן אין א פרישע רונדע פון וואלן, וואס ריזיקירט זיין פעסטן באדן צום פרעזידענטליכן בענקל.

ארדואן האט שוין געיובלט און דערקלערט זיג, זאגנדיג אין א רעדע אין איסטאנבול “דאס טערקישער פאלק האט מיר דערוועלט אלס דיר זיגער”. ער האט אויך שטאלצירט אז די קאאליציע אונטער זיין פירערשאפט האט געווינען דאס מערהייט אינעם פארלאמענט. “איך האף אז קיינער וועט נישט שעדיגן אין די דעמאקראטיע, מיטן ווארפן א צווייפל אין די אויסגאנג פון די וואלן, כדי צו פארדעקן זיין דורכפאל” האט ער זייער קלאר געווארנט.

די רעגירונג קאנטראלירטע מידיע האט שוין געמאלדן אז ארדואן האט געווינען די וואלן, און צו דעם האט אויך צוגעשטימט די ווארטזאגער פון די טערקישע רעגירונג. אבער די ארדואן קעגנער זענען נישט גרייט דערצו, און זיי שרייען אז עס איז אפגעציילט געווארן בלויז 40% פון די שטימען, און עס איז ערווארטעט א פרישע רונדע פון וואלן אין טערקיי.

קריטיקירער פון ארדואן שרייען פון די מינוט וואס די וואלן האבן זיך אנגעהויבן, אז די גאנצער וואל סיסטעם זענען נישט יושר’דיג, און איז פיל מיט פעלשערייען. לויט א זעלבסשטענדיגע וואלן וואס די טערקישע אקטיוויסטן פונעם דעמאקראטיע ארגאניזאציע, שטעלט זיך ארויס נאכן איבערקוקן 65% פון די שטים צעטלעך, האט נישט ארדואן מער פון 43.5% וואלן, אנדערש ווי די אפיציעלע 53% וואס ארדואן האט באקומען, און זיין קעגנער האט באקומען 34%.

טראץ וואס די געווינס פון ארדואן איז נאכנישט קיין הונדערט פראצענטיגע, האבן שוין אבער עטליכע וועלט פירער אים אנגערופן וואונטשן פאר זיין געווינס, צווישן זיי אמיר קאטאר דער פארזיצער פון די פאלאסטינער אויטאריטעט, און די פרעזידענטן פון פאקיסטאן און אונגארן.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.