א שטורעם איז אנטשטאנען דערנאך וואס די פרוי פון פרעזידענט טראמפ איז אנגעקומען צו די גרעניצן פון אמעריקע מיט מעקסיקא.
די שטורעם איז אנטשטאנען דערנאך וואס די פרעסע האט אויפגעכאפט אז אויף די סוועדער וואס זי האט געטראגן איז געווען ארויפגעשריבן ‘מיר גייט עס נישט אן, דיר גייט עס אן?’
די סענזאציע הונגעריגע פרעסע האט זיך אויף דעם ארויפגעכאפט און האט צעשמירט דאס בילד ווי זי גייט אנגעטון מיט דעם סוועדער.
פאליטיקאנטן פון די דעמאקראטישע פארטיי האבן פארדאמט דאס וואס די ערשטע פרוי איז געגאנגען מיט אזא סוועדער ווען זי קומט צו גיין צו די גרעניץ ארויסצואווייזן סימפאטיע מיט די אפגעטיילטע פאמיליעס.
אנדערע פון די לינקע לאגער האבן געשריגן אז דא ליגט באהאלטן א טיפע מעסעדזש וואס פרעזידענט טראמפ וויל שיקן.
לויט אלע ווארשיינליכקייטן האט דעם פרעזידענט’ס פרוי נישט געהאט קיין שום טיפע זענדונג דערמיט, נאר האט צופעליג אנגעטון דעם סוועדער נישט נעמענדיג אין באטראכט וואספארא שטורעם דאס גייט אנמאכן.
זעט מען פון דעם אויך אז איר וויזיט אהין איז טאקע געווען א ספאנטאנישער און נישט קיין אויסגערעכנטע, ווייל ווען יא וואלטן זיי זיכער געמאכט אז זי גייט נישט מיט דעם סוועדער.
דערנאך וואס די ערשטע פרוי איז געזען געווארן אריינגיין אין ווייסן הויז צוריק פון איר באזוך אין טעקסעס, האט דער פרעזידענט ארויסגעשיקט א מעסעדזש אין וועלכער ער רייסט ארונטער די מידיע, און אז זיין ווייב איז געגאנגען מיט דעם סוועדער צו ווייזן פאר די מידיע אז ס’גייט איר נישט אן וואס זיי שרייבן, און דאס איז געווען די מעסעדזש אויף זיין פרוי’ס סוועדער.
דאס איז אבער אין קעגנזאץ מיט דעם וואס א ווארט-זאגער פאר דעם פרעזידענט’ס פרוי האט נאך יענעם טאג קלאר געזאגט, אז אונטער דעם סוועדער טראגן ליגט גארנישט באהאלטן, ס’איז א בלויזער צופאל.