אין די יעצטיגע טעג געפינען זיך דזשעראד קושנער – דער אידישער איידעם פון פרעזידענט דאנאלד טראמפ – און דזשעיסאן גרינבלאט, דער ספעציעלער שליח פון די ווייסע הויז צו מיטל מזרח אנגעלעגנהייטן, אין די מיטל מזרח, וואו זיי פרובירן אויסצוהאמערן דעם “אליטמאטיווער דיעל” פון פרעזידענט טראמפ, צווישן מדינת ישראל און די פאלעסטינער.
ווי שוין באריכטעט, האבן די פאלאסטינער געזאגט אז זיי זענען נישט נייגעריג צו הערן וואס דער שלום פלאן איז, און זיי זענען נישט מסכים זיך אראפצוזעצן מיט די שלום-שליחים, נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט ארויסגעוויזן איינזייטיגקייט צו מדינת ישראל, מיטן אוועקשטעלן די אמעריקאנער אמבאסאדע אין ירושלים, א שטאט וואס די פאלאסטינער באטראכטן אלס זייער אייגענטום.
די ווייסע הויז האט שוין אפעלירט אז יעצט האבן די פאלאסטינער גאר א גוטער געלעגנהייט, ווייל מדינת ישראל האט באקומען די אמבאסאדע אין ירושלים, און אצינד וועלן זיי מוזן נאכגעבן אסאך פאר די פאלאסטינער.
“עס איז נישט די פלאן וואס ביבי שלאגט פאר” האבן די באאמטע קלארגעשטעלט. “אויב וואלטן מיר דאס געוואלט אויספירן, וואלט דאס שוין פאסירט פאר איינס און א האלב יאר צוריק. מיר האבן א יושר’דיגע, באלאנסירטע, רעאליסטישע פלאן, וואס איז פאסיג פאר יעדעם”.
אבער אלעס איז געפאלן אויף טויבע אויערן, און דער פאלאסטינער פרעזידענט מאחמוד אבאס האט קלארגעשטעלט אז ער וויל נישט פירן קיין שום דיאלאג מיט די שליחים פון די ווייסע הויז, און האט אנגערופן די געשפרעכן פון די צוויי שליחים אלס א “צייט פארשווענדעניש”.
אין די לעצטע פאר טאג האבן זיך קושנער און גרינבלאט געטראפן מיט פארשידענע פירער מיט איינפלוס אין די ראיאן, צו דיסקוטירן דעם שלום פלאן, צווישן זיי האבן זיי געהאט זיצונגען מיטן קעניג עבדאללא פון ירדן, דער פרינץ מוכאמאד בן סאלאמאן פון סאדיע אראביע, און מיט דעם עגיפטישער פרעזידענט אל פאטאח א-סיסי, מיטן מדינת ישראל פרעמיער נתניהו, און אזוי אויך וועלן זיי זיך טרעפן מיטן קעניג פון קאטאר.
היינט האט קושנער געגעבן אן אינטערוויו פאר די פאלאסטינער צייטונג “אל-קודס”, וועלנדיג אז דאס פאלאסטינער פאלק זאל הערן אז זייער מעגליכקייט פון א לעבן מיט פרידן ווערט אפגעווארפן דורך זייער אייגענע רעגירונג, וואו ער האט געזאגט אז ער איז גרייט צו ארבעטן האנט ביי האנט מיט אבו מאזען (די אנדערע נאמען פון דער פאלאסטינער פירער מאחמוד אבאס), אבער אויב איז ער נישט נייגעריג אין קיין געשפרעכן, וועלן די געשפרעכן אנגיין ווייטער אן זיין אנוועזנהייט…
אפצושלאגן זיינע רייד, האט דער פאלאסטינער פי. על. או. סעקרעטאר גענעראל סאאיב עריקאט געזאגט, אז קושנער און גרינבלאט זענען נישט נאטראל. “די גאנצע אדמיניסטראציע איז איינזייטיג צו מדינת ישראל” האט ער צוגעלייגט. “זייער שלום פלאן וועט דורכפאלן, זיי ווילן אונז באצווינגען מיט פאקטן, עס וועט זיי נישט גיין”.
אזוי אויך האט ער קלארגעשטעלט אז “אין זייערע אויגן זענען מיר טעראריסטן. קושנער אליין האט געזאגט אז זיי ווילן ערזעצן אבו מאזען און עריקאט. דאס איז נישט אויסגעהאלטן, מיר זענען די אויסדערוועלטע פירער פון די פאלאסטינער פאלק”.
דאן האט ער קלאר געמאכט איבער די שלום שליחים אז “קיינער וועט זיך מיט זיי נישט באגעגענען פאר געשפרעכן, נישט אבו מאזען, און נישט קיינער פון די פאלאסטינער פירערשאפט. זיי זענען נישט אויפריכטיגע פארמיטלער. די געשפרעכן דארף זיין צווישן מדינת ישראל און די פאלאסטינער, אמעריקע האט זיך נישט וואס אריינצומישן. קיינער פון אונז וועט מיט זיי קיין ווארט נישט אויסטוישן”.