לאקאל און נאציאנאל

אויל אויסגוס נאך באן אינצידענט

אייאווע – די “בי-ען-עס-עף רעילוועי” פירמע האט נעכטן געמאלדן, אז נאענט צו העלפט פון אלע אויסגעגאסענע קרוד אויל, וואס האט זיך ארויסגעגאסן אין לויף פונעם פארלאפענעם וויקענד נאך א באן אינצידענט, איז שוין סוקסעספול אויפגערייניגט געווארן.

בערך א פערטל מיליאן גאלאן פון קרוד אויל האט זיך געהאט ארויסגעגאסן אין א טייך אינעם ראק ריווער ראיאן אין אייאווע, ווען א גרויסע אויל באן איז אראפגעפארן פון די שינעס, וואס צענדליגער טאנקער וואגאנען האבן זיך אויפגעבראכן און דאס אויל איז ארויסגערונען.

אן ערנסטע זארג איז אנטשטאנען, אז דאס אויל וועט אריינגיין אינעם פובליק וואסער סופליי, אבער ווי די באן פירמע זאגט, פירט זי דורך שנעלע אויפרייניגונג ארבעט, מיט’ן ציל צו פארזיכערן אז דאס אויסגעגאסענע אויל קומט נישט אן צו דעם וואסער סופליי.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.