פון אלץ און אלעמען

דיפיברילעיטאר וויכטיגקייט ווידער באשטעטיגט

אייראפע – מען ווייסט שוין לאנג איבער דער וויכטיגקייט, אז עס זאלן זיך געפינען אין פובליק פלעצער די לעבנס-וויכטיגע “דיפיברילעיטאר” מאשינען, וועלכע העלפן עמורדזשענסי באאמטע און וואלונטירן ראטעווען לעבנס אין פאל פון א הארץ אטאקע ה”י – אבער א פרישע שטודיע וואס איז דורכגעפירט געווארן אין אייראפע צייגט, אז די אנוועזנהייט פון דיפיברילעיטארס העלפט טאקע ווירקליך ראטעווען לעבנס. די שטודיע ווייזט אז צווישן יאר 08′ און 13′, האט זיך ממש געטאפלט די צאל איבערלעבער פון הארץ אטאקעס אין דענמארק, שוועדן און האלאנד, און דאס איז געקומען נאכדעם וואס מ’האט אין לויף פון די יארן אינסטאלירט פילע דיפיברילעיטארס אין פובליק פארקס, פארזאמלונגס צענטערן און ענליכעס.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.