וואשינגטאן – די טראמפ אדמיניסטראציע’ס פאליסי פון “זערא טאלעראנץ” פאר מענטשן וועלכע קומען אריבער אומלעגאל די גרעניץ פון מעקסיקא, איז נעכטן אפעקטיוו געווארן אנולירט.
דאס איז געקומען ווען די קאסטומס און גרעניץ פראטעקשאן אגענטור האט געמאלדן, אז פון יעצט און ווייטער, ווען זיי כאפן מענטשן אריבערקומען אומלעגאל, וועלן זיי מער נישט איבערגעבן די מענטשן, אריינגערעכנט פאמיליעס מיט קינדער, צום יוסטיץ דעפארטמענט צו ווערן קרימינאל פראצעסירט, אזוי לאנג ווי די יוסטיץ דעפארטמענט קען אוועקשטעלן א פראצעדור וואס וועט ערלויבן די קינדער צו פארבלייבן מיט זייערע עלטערן, אפילו בשעת זיי ווערן קרימינאל פראצעסירט.
צוליב דעם באשלוס פון די גרעניץ באאמטע, באדייט דאס אז זיי וועלן זיין געצווינגען צו באפרייען די אומלעגאלע אימיגראנטן פון טורמע, און זיך פארלאזן אויף זייער צוזאג אז זיי וועלן צוריקקומען צו ווערן געשטעלט פאר א געריכט – וואס דאס איז געווען די אבאמא פאליסי פון “כאפ און באפריי”, און “זערא-טאלעראנץ” איז דערווייל א פארגאנגענהייט.