אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

טויט מארשן אין אלזשיריע?!

אפריקע – א פרישער אינטערנאציאנאלער שטורעם קאכט זיך, נאכדעם וואס עס איז אויפגעדעקט געווארן אז די רעגירונג אין אלזשיריע פירט שוין אן א סיסטעמאטישן קאמפיין אין די לעצטע פערצן מאנאטן, ארויסטרייבנדיג פליטים און אימיגראנטן וועלכע וואנדערן צו איר פון אנדערע ארימערע אפריקאנער לענדער, זוכנדיג שוץ און א בעסערן צוקונפט.

די אויפדעקונג צייגט, אז אין די לעצטע 14 מאנאטן, האט שוין אלזשיריע ארויסגעטריבן פון אירע גרעניצן 13 טויזנט פליטים און אימיגראנטן, אריינגערעכנט שוואכע פרויען און פיצלעך קינדער, צווינגענדיג זיי צו מארשירן ביז אינעם בריעדיגן מדבר סאהארא, וואו זיי פארבלייבן געשטראנדעט אונטער’ן זון.

פילע זענען שוין דארט לאנגע מאנאטן, און עטליכע קליינע קינדער זענען שוין אויסגעגאנגען פון די היצן.

 

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.