בריסל – דער אייראפעאישער יוניאן האט ארויפגעשטעלט א סעריע סאנקציעס אויף עטליכע הויכראנגיקע באאמטע אינערהאלב דער ווענעזועלער רעגירונג, אריינגערעכנט וויצע פרעזידענט דעלטשי ראדריגעז, לייגנדיג דרוק אויף דעם ארטיגן רעזשים אז זיי זאלן אפהאלטן פרישע וואלן און זיך צוריקקערן צו פולקאמע דעמאקראטיע.
די סאנקציעס צילן 11 רעזשים פיגורן, וועמענס אייראפעאישע באנק קאנטעס זענען איינגעפרוירן געווארן, און אויך וועלן זיי נישט מעגן פון היינט און ווייטער פארן אין קיין איינס פון די אייראפעאישע יוניאן’ס 28 לענדער.
דער ווענעזועלער רעזשים האט רעאגירט, זאגנדיג אז אייראפע מישט זיך אין אינערליכע אנגעלעגנהייטן.