מאנסי – א פאליציי דעפארטמענט אין אפסטעיט האט ארויסגעגעבן א ווארענונג פאר אירע לאקאלע איינוואוינער, אז זיי זאלן זיין געווארנט איבער דער מעגליכקייט אז “רעטעל” שלאנגען געפינען זיך אינעם ראיאן, נאכדעם וואס די אויטאריטעטן האבן באקומען צוויי טעלעפאן קאלס פון מענטשן וועלכע האבן געזען די סארט געפארפולע שלאנגען זיך דרייען.
די ווארענונג קומט פון די ראמאפא פאליציי אין מאנסי, וועלכע זאגט אז ביי ביידע פעלער האבן זיי אוועקגעפירט די שלאנגען, אבער פארט זאל מען זיין געווארנט, ווייל עס צייגט אז די גיפטיגע “רעטעל” שלאנגען, וואס מ’פלעגט נישט אפט זען אין אפסטעיט, זענען אנגעקומען צום ראיאן.