האוואאי – די פעדעראלע מיסיל שוץ אגענטור פלאנירט צו בויען אן איין ביליאן דאלארדיגן ראדאר סיסטעם, אויפ’ן האוואאי אינזל אוהאו.
דער ציל פונעם ראדאר סיסטעם וועט זיין צו האלטן אן אויג אויף באליסטישע און הייפער-סאניק מיסיל–געפאַרן לענגאויס דעם מערב פאציפישן אקעאן, צי עס קומט פון רוסלאנד אדער צפון קארעא.
דער ראדאר וועט קענען נאכפאלגן און אידענטיפיצירן גענוי וועלכע סארט מיסיל עס קומט צו פליען, וואס דאס וועט געבן א שנעלן וועג פאר דעם אמעריקאנער מיליטער אויפצוקומען מיט א פלאן וויאזוי זיך צו ספראווען דערמיט און וועלכע סארט מיסיל שוץ סיסטעם צו נוצן אראפצושיסן דעם פיינטליכן מיסיל.