וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט נעכטן פרעזענטירט א “מעדאל אוו האנאר” אין עהרע פון א פארשטארבענעם אמעריקאנער זעלנער, וועלכער האט העלדיש געקעמפט צו ראטעווען הונדערטער אמעריקאנער זעלנער ביים צווייטן וועלט קריג.
דער זעלנער, גארלין מורעל קאנאר, איז אין יוני 945′ געווען פארמישט אין א שלאכט מיט 600 דייטשע זעלנער אין פראנקרייך, און קאנאר האט זיך איינגעשטעלט דאס לעבן, לויפנדיג אין ריכטונג פון דעם פיינטליכן פייער מיט א טעלעפאן, אז ער זאל קענען דירעקטירן אמעריקאנער פילאטן אין דער לופטן פונקטליך וואו צו באמבארדירן.
קאנאר’ס אלמנה האט אקצעפטירט דעם מעדאל אין זיין עהרע.