לאס אנדזשעלעס – א באריכט דעקט אויף די לאקאלן פון די ״דאטא צענטערן״ וואס די פעדעראלע רעגירונג׳ס ״ען-עס-עי״ שפיאנאזש אגענטור נוצט צו שפיאנירן אויף אמעריקאנער בירגער.
דער באריכט איז ערשינען אין “די אינטערסעפט”, א פובליקאציע ספעציעל געגרינדעט דורך אזעלכע וואס זענען פארמישט מיט וויקיליעקס און עדווארד סנאודען, און די פובליקאציע זאגט אז זי האט אידענטיפיצירט אכט געביידעס לענגאויס אמעריקע, אריינגערעכנט צוויי אין מאנהעטן, איינס אין אטלאנטא, שיקאגא, דאלאס, לאס אנדזשעלעס און נאך, וואס אלע געביידעס זענען אפיציעל אונטער “עי-טי-ענד-טי”, אבער אין רעאליטעט זענען זיי שפיאנאזש צענטערן.