וואשינגטאן – דער ספעציעלער פראקוראר ראבערט מוללער, וועלכער פירט אן די טראמפ-רוסלאנד אויספארשונג, וויל שוין האבן גענצליך געענדיגט זיין אויספארשונג אויפן הערבסט סעזאן.
לויט א באריכט אין “בלומבערג ניוז”, גרייט זיך מוללער ממש אין די קומענדיגע וואכן צו ענדיגן זיין אויספארשונג אויף דער פראגע צי טראמפ איז באגאנגען קרימינאלע אקטן מיט’ן פרובירן צו שטערן די רוסלאנד אויספארשונג, און נאכדעם וואס מוללער וועט זיין פארטיג מיט דעם טייל, וועט ער זיך קאנצענטרירן אויף דער אישו פון “קאלוזשען” צווישן דעם טראמפ קאמפיין און די רוסישע רעגירונג.
די באריכטן זענען אז מוללער האט א ליסטע פון 13 טראמפ-פארבינדעטע וועלכע זענען געווען אין קאנטאקט מיט רוסלאנד אין לויף פונעם קאמפיין, און ער וועט מעגליך ארויסשטעלן קלאגעס.