באריכט: מאסן מענטשן פארלירן זייערע היימען אין מאנטרעאל קאנאדע ››› “מאנטרעאל ווערט א סטעיט אוו עמערדזשענסי” צוליב די פולע קריזיסן ››› אינטערנאציאנאלע מידיע שיקן קארעספעדאנטן קיין קאנאדע, צו דעקן איינס פון די גרעסטע נאטורליכע דיזעסטערס אין לאנד’ס היסטאריע.

פון אידישן פערספעקטיוו: עסקני חב”ד און צענדליגע חסיד’ישע אינגעלייט מאכן זייער וועג צו די פארפלייצטע געגנטער, צו צייגן סימפאטיע, און העלפן די באטראפענע אין דעם ביטערן נאטירליכן דיזעסטער, מאכנדיג א ריזן קידוש ה’ ››› עקסקלוסיוו: וואס זאגט דער קאמאנדיר אין קאנאדע’ס ארמיי אויף די שליחי חב”ד וואס האבן געברענגט כשר’ע עסנווארג?

“אידישער ווינקל” אין א דזשורנאליסטישער מיסיע, אין א ספעציעלע דעקונג פראיעקט פון די געשעעניש אראפפארנדיג צו די געגנטער און הילף-שעלטערס, צו זען מיט די אייגענע אויגן “וואס דארט האט פאסירט?”


מאנטרעאל. – א נאטורליכע קריזיס פארנעמט שוין די טעמע אין קאנאדע און איבער די וועלט פאר עטליכע טאג, ווען ריזיגע וואסערן האבן זיך גענומען פארפלייצן די גאסן איבערדעקנדיג אויטאס און איינשלינגענדיג הייזער, הונדערטער האבן געדארפט ווערן עוואקואירט, און ווערן פלאצירט אין שעלטערס, האטעלס, און קלאס צימערן אן האבן עסן אדער צוטריט צו סיי וואס אין זייער באזיץ.

וואס האט דארט פאסירט? 

יעדע געגנט האט א סוער סיסטעם וואס נעמט אלע וואסער וואס רעגנט, און טראגט עס צו לעיקס און רעזערווארס. בפרט אין קאנאדע ווי עס שנייעט אסאך דורכאויס ווינטער, און די שניי בערג צעלאזן זיך אין די פרילינג מאנאטן און מען ספראוועט זיך מיט גאר אסאך וואסער, וואס פולן איבער אלע טייכן אין די שטעט ארום.

די יאר זענען געווען גאר אסאך רעגנשטורעמס, און אלע לעיקס האבן זיך איבערגעפולט זייער שנעל, נישט געבנדיג קיין

א מיליטערישע דזשיפ פארט דורך עטליכע פאליציאנטן וואס לאזן וויסן דורך א פאצערישער טאוול, אז פרישע גאסן ווערן פארשפארט

צייט די וואסער זאל זיך פארטרוקענען, און דאס האט אנגעהויבן ברענגען וואסער פלאדס און אסאך הייזער. אין אנהויב איז עס נישט געווען אזוי געפערליך, אבער מער רעגן האבן געברענגט אז אזויפיל ווי 130 געגנטער זאלן ווערן זיך מוטשענען מיט וואסער פארפלייצונגען.

מאנטרעאל דערקלערט: “סטעיט אוו עמערדזשענסי!”

מאנטרעאל איז שנעל דערקלערט געווארן א “סטעיט אוו עמרדזשענסי,” ווען די רעגירונג באקומט רעכט צו עוואקואירן היימען, און אריינברענגען די מיליטער.

די קאנאדישע פרידליכע שטעטלעך האבן אנגעהויבן אויסקוקן ווי מלחמה זאנעס מיט באפאנצערטע מיליטערישע טראקס און דזשיפס, ווען סאלדאטן אנגעטון אין גרינע קאמופלאזשירטע קליידער דרייען זיך ארום איבעראל.

דער לאקאלער חב”ד רב, הרב שמוליק קאהן, ביים מאכן א קידוש ה’ מיטן ברענגען ווארימע זופ, און אנדערע עסנווארג, צו א הילף-שעלטער פאר באטראפענע

הונדערטער מענטשן האבן געהאט שווערע שאדן אין זייערע הייזער, אויטאס, שפיל ערטער און געשעפטן וואס זענען געווארן (און זענען נאכאלץ) איינגעטונקען אין וואסער.

וויבאלד עס האט גערעגנט נאך, האבן זיך מער פארבליבענע שניי צעלאזט ברענגענדיג גאלאנען פרישע וואסער איבער די גאסן, אזוי אז עס קוקט אויס ווי א שטאט וואס איז דורך א האריקעין.

די סאלדאטן דרייען זיך ארום זוכן אויב מענטשן זענען געשטראנדעט, און טויזענטער בירגער פון איבער קאנאדע אין די גאנצע וועלט זענען געקומען ארויסהעלפן.

מען העלפט ארויס די באטראפענע

די רעגירונג אינאיינעם מיט קאנאדע’ס רויטע קרייץ האבן אויפגעשטעלט שעלטערס ווי מענטשן קענען אריבערברענגען עסן און וויכטיגע מאטריאל פאר די מענטשן, און האבן אפגעדינגען אסאך גרויסע האטעלן וואס זאלן אקאמאדירן די באטראפענע.

שפילצייג צוגעשטעלט פאר קליינווארג וואס האבן נישט קיין הויז…
א קליין אינגל ווערט געזען נעבן די שרייעדיגע העדליינס פון די פארפלייצונגען

אינאיינעם מיט טויזענטער וואולענטירן וואס קומען צו פארן פון איבעראל, מאכנדיג טרעפיק כמעט רונדע דעם זייגער, און אין צוגאב צו די כאאס פון די אפגעשפארטע גאסן זענען פאראן פאליציי רונדע דעם זייגער וואס העלפן ארויס דירעקטירן די גאסן, העלפן מיט אנווייזונגען און אזוי ווייטער, אזוי אויך קען מען זען איבעראל אויפגעשטעלטע טישן מיט עסן און טרונקען, וואס ציווילע בירגער שטעלן ארויס, עס הערשט א געוואלדיגע אחדות דורך פארשידענע רעליגיעס און עטנישע גרופעס אריינגערעכנט די אידישע געמיינדע אין מאנטרעאל וואס זייער הילפבאר.

אונזער באזוך אין געגנט

די “אידישער ווינקל” שרייבער זענען אראפגעפארן אינאיינעם מיט עטליכע חב”ד עסקנים בראש פון הרב שמואל קאהן דער חב”ד רב אין געגנט, מיר האבן געצייכנט נאטיצן, גענומען בילדער, און גערעדט צו פארוויינטע באטראפענע, און עמערדזשענסי פערסאנעל.

מיר זענען ערשינען אין איינע פון די געגנטער וואס ליידן פון די פלאדס, און צוגעגאנגען צו א שעלטער ברענגענדיג הייסע כשר’ע זופ און אנדערע עסן, מיר האבן זיך באקאנט געמאכט מיט נישט אידישע איינוואוינער וואס האבן נארוואס “באקומען וואסער” אין זייער הויז, זיי זענען געווען טיילווייז פארוויינט “איר זענט מלאכים” האט א מאמע פון א פיצל געזאגט, אריינעמענדיג א לעפל זיפ אין מויל.

פון ר’ צו ל’: אידישער ווינקל שרייבער ארי ווייזער, הרב שמואל קאהן דער לאקאלער חב”ד רב, די קינדער פונעם רב שטאלצירנדיג מיטן טאפ, און א גרופע פייערלעשער וואס קומען שטילן די הונגער, פארזוכנדיג כשר’ע זיפ

די גאסן זעען אויס שרעקעדיג, און כאאטיש איבעראל פארן ארום פייער און פאליציי טראקס, פון אסאך פירמעס און שטעט, געגנטער פון שעות אוועק, יעדער קומט אריבער העלפן, אסאך פייער טראקס שלעפן רויטע שיפלעך צוגעטשעפעט פון הינטן, גרייט אויב דארף מען אריינשווימען אין א פארפלייצטע געגנט צו ראטעווען א מענטש. ווי מען קוקט זעט מען לעמפלעך, יאגעדיגע פאליציי אויטאס פליען צו פרישע רופן, און טעלעוויזיע שטאנגען פון איבער די וועלט כאפן אפ לעבעדיג פאר מיליאנען ארום די וועלט.

מיר זענען דאן געפארן צו א געגנט וואס זיצט אין וואסער, מיר האבן געדארפט שפאצירן צופיסנס צוליב וואס די שאסייען זענען בלאקירט פאר אויטאס, מיר האבן גענומען בילדער, און גערעדט צו איינוואוינער, איינער פון זיי אין טרערן האט געזאגט “בעטס גאט דאס זאל זיך אויפהערן,” מיר האבן באמערקט עטליכע אויטאס איבערגעדעקט מיט וואסער, לכאורה זייענדיג מיסט.

…”די באלעבאטים פון די אויטאס זענען נישט אין קאנאדע, איינער איז אין פלארידא, ער האט גארנישט געקענט טון צו ראטעווען זיין פארמעגן,” האט אונז א שכן ערקלערט.

אין געוויסע געגנטער קען מען יא וואוינען, אבער זענען ארומגענומען מיט וואסער, אן געהעריגע עלעקטריציטעט, פארקינג ארט, באקוועמליכקייט, א.ד.ג, און ארויסבליקנדיג פון זייערע טאראסעס זעען זיי זיך זיצן אין א אינזל, מיט וואסער ארום, מאכנדיג דעם איינדרוק ווי כאילו זיי זענען די וואס באלאנגען דא, און די הויז איז דער אומגעבעטענער גאסט.
דראונס פליען העכער די וואסערן, פארשידענע סארט מענטשן ערשיינען, מען כאפט בילדער, און מען דרוקט זיך אויס ווי שאקירנד די סצענעס זענען.

אונזער ערפארונג ביי די מיליטערישע הויפטקווארטיר 

מיר זענען אנגעקומען צו א מיליטערישע באזע לאקירט אין א דאלעראמא געשעפט’ס פארקינג לאט, הערנדיג אז מיר האבן נארוואס פארפאסט א פרעסע קאנפרענץ דורכן מעיאר דעני קודעיר, מיר האבן אבער גראד געפרעגט א אנוועזנדער דזשורנאליסט פון סי-בי-סי קאנאדע וואס האט אונז מיטגעטיילט די לעצטערע פארשריט וואס זענען שוין אלטע נייעס ביים שרייבן די שורות.

צייטונג העדליינס וואס מעלדן איבער דעם שטורעם, געזען אין א הויעך-שולע הילף צענטער דורך די קאנאדישע רויטע קרייץ

די מיליטערישע אטמאספער איז שרעקעדיג און באצויבערנד, מען זעט דאס אין בילדער, און ביכער געווענליך, ריזיגע געצעלטן, און מאסיווע געצייג איבעראל, יעדע סאקונדע קומט א צווייטע חכם כאפן סעלפי בילדער מיט די מיליטערלייט, “מעכסי באקופ” הערן מיר מיטאמאל א פארוויינטע פרוי שרייען, צו די מיליטערלייט, א גרויסע דאנק פאר אלעס וואס איר טוט, איר זענט אונזערע העלדן!

מיר האבן דאן געהערט אז עס געפונען זיך עטליכע אידישע סאלדאטן, מיר האבן זיי אפירגעזוכט, און געפונען איין קאדעט מיטן נאמען בנימין, ער האט אונז דערציילט אז ער איז א רעזערוויסט, און מען נוצט אים נאר אין פעלער ווען מען דארף אסאך מענטשן קראפט, אדער ביי טייל אקציעס ווי אמעריקא, און קאנאדע ארבעטן אינאיינעם.

מיר האבן אים געברענגט כשר’ע עסן, און ווארעמע זופ, און ער האט אונז דערציילט אז מען רעספעקטירט אים, און די אנדערע אידישע קאדעטן, און קאמאנדירן אין די קאנאדישע ארמיי, “זיי געבן אונז כשר צו עסן, און שעצן דעם שבת”

געראטעוועט! א אינגל שלעפט ארויס זיין ביציקל פון וואסער

איינער פון ענק דארף קאווע? פיצא? געטראנקען? ערשיינט א שיק אינגל פון א לאקאלע רעסטוראנט, בנימין שמייכלט, זאגנדיג “יעדע מינוט אין טאג קומען פרישע עסן דא, מענטשן זענען זייער איבערגענומען צו זען ארמיי טראקס, און קויפן אונז מתנות, דאס איז אויסער וואס געשעפטן געבן אוועק טויזענטער דאלארן עסן פאר אומזיסט, עס איז א שווערע צייט און מען איז זייער פאראייניגט.

בנימין באמערקט מיטאמאל א צווייטע קאדעט, גיבנדיג א געשריי אלי, קום דא! “ער איז א איד, און ער פירט די גאנצע אפעראציע דא, ער איז אויף זייער א הויכע פאזיציע אין די קאנאדישע ארמיי” האט אונז בנימין געזאגט. אלי האט געשמייכלט צו אונז, און געצייגט א מיליטערישע סאלוט צו בנימין, שלום! איך פריי זיך זען אידישע געזיכטער, אדאנק פאר די עסן, איך מוז יעצט אבער לויפן, נייס טו סי יע” האט ער אונז נאכגעשריגן לויפנדיג ווייטער אין זיינע מיליטערישע שטיוול.

א פארקינג לאט, פארלאזטע אויטאס, און אפשפיגלענדע געביידעס

כאטש וואס מיר האבן זייער געמוטשעט בנימין צו קענען אריינגיין זען אינעווייניג אין די סיטואציע צימער, האט ער אונז נישט ערלויבט, איר וועט דא קיינמאל נישט קענען אריין, עס איז מיליטערישע טעריטאריע, מען דארף זיין קוואליפיצירט דא צו קענען זיין. אפילו א בילד מיט אונזער קעמערע האט ער נישט געוואלט צושטעלן, “עס איז פארבאטן, איך קען ווערן באשטראפט דערפאר,” האט ער געשמייכלט, שפירנדיג אביסל שלעכט צו אונז אפזאגן. איין צימער האט ער אונז יא ערלויבט צו זען פון אינדרויסן, נעמליך א גרויסע קאנפרענץ שטוב ווי אלע פאליטיקאנטן און פירער ווערן אויפגענומען, ריזיגע סקרינס האבן געהאנגען פון די ווענט.

די סאלדאטן האבן געארבעט העפטיג אויף אויפשטעלן פרישע טענטס, און אנטענעס פאר זייערע ראדיאס, ווערנדיג איבערגעהאקט יעדע מינוט צוויי, צו איבערלאזן א שמייכל ביי נאך א סעלפי בילד, און צוריק צו די עבודה. פליעדיגע געלע אמבולאנסן האבן אנגעצויגן בנימין, ער האט געמורמלט א תפילה, “איך בין צוגעוואוינט צו שעפשען תפילות, מיינע אויגן זעען אסאך.”

א פאליציי אויטא בלאקירט א געגנט ווי עס פליסט וואסער, ווי ביים טייך אין וויינגארטן…

די זופ האט זיך שוין געענדיגט האט אונז הרב שמואל געזאגט, מיר פארן צוריק צו אונזער בית חב”ד, מיר זענען פארטיג פאר היינט, “צום ווידערזען מארגן,” די מיליטערלייט האבן געצייגט שעצונג צו די חב”ד עסקנים, און זיך נאכאמאל באדאנקט פארן זיי מחיה זיין מיט ווארעמע זופ.

א קידוש ה’! 

די געווענליכע שנאה וואס די פראנצויזישע גוים צייגן געווענליך איז פארשוואונדן ווי “אין וואסער אריין…” און מיר האבן נאר געזען הילפלאזע געזיכטער, און צובראכענע איינוואוינער וואס באוויינען זייערע פארמעגן, קוקנדיג מיט הנאה אז די אידישע וואולענטירן העלפן.

טייל האבן זיך נישט געקענט אויפהערן באדאנקען, אסאך בילדער פארן ארום ווי אידן העלפן ארויס אויף די סצענע, און ווי א וואולענטיר דערציילט פאר אידישער ווינקל, האט איין הויז אייגנטומער זיי געזאגט אז ער “האט אלעמאל געקוקט אויף אידן מיט א אנדערע בליק, און ער האט דאס יעצט געטוישט.”

מען פרובירט צן בלאקירן די וואסער מיט זעק זאמד

וואס איז די לעצטע אפדעיט?

די פרישסטע נייעס העדליינס זענען, אז ס’איז צוגעקומען א ליסטע פון מענטשן וואס האבן פארלוירן זייערע הייזער, און דאס אז די רעגירונג האט געטון אויסברייטערן די “סטעיט אוו עמערדזשענסי” סטאטוס פאר נאך עטליכע טאג,

מען קען גארנישט טון אז די וואסער זאל אוועקגיין, נאר צייט קען טרוקענען, און עס וועט נעמען כאטש א מאנאט אז די וואסערן זאלן אוועקגיין ווי בעפאר.

איבערן שרייבער

ארי ווייזער

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.