פון אלץ און אלעמען

טעראר אטאקע פרואוו אין ירושלים, אויסגעלאזט א דורכפאל

א 57 יעריגער טעראריסט פון ירדן, וואס איז אריינגעקומען צו די בית שען געגנט, פריער אין וואך, האט פרובירט צו דורכפירן א טעראר אטאקע.

די עמערדזשענסי אגענטור “מגן דוד אדום” האט אריינבאקומען רופן איבער א טעראר אטאקע ביי די “לייען געיט” נעבן אלט שטאט, אום 1:15 PM.

דער טעראריסט האט געצילט א 37 יעריגער פאליציי אפיציר וואס האט דארט באוואכט, ער האט אים געשטאכן און לייכט געשעדיגט.

דער פאליציי מאן איז געווארן אפגעפירט אין די שערי צדק שפיטאל, און איז אין א גוטן צושטאנד.

דער טעראריסט איז געווארן עלימינירט און דערקלערט טויט דורך די פאליציי.

אין א אקט פון חוצפה האט די ירדנ’ער רעגירונג פארדאמט די פאליציי אויפן ערמארדן זייער אן איינוואוינער, זאגנדיג אז ער האט למעשה נישט גע’הרג’עט קיינעם. איגנארירנדיג די פאקטן אז ער האט דורכגעפירט א טעראר אטאקע, און געהאלטן ביים אומברענגען מענטשן.

אויפן בילד: די מעסערס וואס דער טעראריסט האט גענוצט פרובירנדיג צו שטעכן עמיצן רח”ל.

איבערן שרייבער

Developer

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.