דעלטע לופטליניע, האט באקומען די בעסטע צייכן אין אנקעטעס ביי מענטשן, איבער פליען אויף איינמאליגע רייזעס, אין די לעצטע גאווערמענט אנקעטע, אין יונייטעד, און אמעריקען, זענען נישט געווען הינטערשטעליג.
ווירדזשין אמעריקע, האט פארמאגט די העכסטע צייכן אויף דילעיס, און ספיריט האט פארמאגט די מערסטע קאסטומער אומצופרידנהייט, און קריטיק.
די טראנספארטאציע דעפארטמענט האט ארויסגעגעבן די פרישע אנקעטעס, איבער די 12 גרעסטע עירליינס וואס באדינען די אמעריקאנער פאלק.
אין די ערשטע 3 מאנאטן, האבן די לופטליניעס אראפגעשיקט איינעם פון יעדע 16,000 מענטשן, וואס איז די זעלבע צאל ווי יאר 2016.
די גרעסערע לופטליניעס, טרעפן שנעלער מענטשן וואס זענען וויליג אויפצוגעבן זייער זיץ, און באקומען א קליינע באלוין, וואס דאס פאסירט צו 1 פון יעדע 1,500 מענטשן, וואס דאס איז ווייניגער ווי די צאל אין יאר 2016.
דזשעט-בלוי האט געהאט די העכסטע ראטע פון אראפשיקן מענטשן ווען פליגערס זענען געווארן אווערבוק”ד, זאגנדיג אז דאס קען פאסירן ווען מען נוצט קלענערע פליגערס וואס זאלן איבערנעמען גרעסערע. דעלטא האט געהאט די ווייניגסטע מענטשן אראפצושיקן, און די מערסטע וואולענטירן וואס זענען גרייט אויפצוגעבן זייער זיץ.
א נאציאנאלע דעבאטע האט זיך געטון נאכדעם וואס די יונייטעד עירליינס האט אראפגעשלעפט מיט געוואלד א פאסאנדזשיר, פון א עקספרעס פליגער, נאכדעם וואס ער האט אפגעזאגט אויפצוגעבן זיין זיץ, ער איז א דאקטער, און האט געזאגט אז ער דארף זען פאציענטן דעם קומענדיגן טאג. יונייטעד שטייט מיט זייער ראטע פונקט אינמיטן צווישן פליגערס וואס דארפן אסאך אראפשיקן מענטשן קעגן זייער ווילן, צוליב אווערבוקינג.
אום מארש זענען 79.9% פליגערס פון די גרעסערע לופטליניעס, אנגעקומען אין צייט, רעכענענדיג אויב זיי זענען אנגעקומען אין די 14 מינוט ווי עס האט געהייסן אז זיי דארפן אנקומען, וואס דאס איז ווייניגער פון די 81.5% ראטע, אין מארש 2016.
דעלטא פארמאגט א 86.9 ראטע, צו אנקומען פונקטליך אין צייט, ווערנדיג נאכגעפאגלט דורך “האווייען”, “יונייטעד”, און “אמעריקען” נאר 65.5% פון “ווירדזשין” אמעריקא פליגערס זענען אנגעקומען אין צייט.
לופטליניעס האבן געקענסטל 1.8% פון די דאמאסטישע פליגערס, ארויף פון 1.0% פון א יאר בעפאר.
קאסטומער קריטיק איז געפאלן מיט א דריטל, ספיריט עירליינס האלט אן צו האבן די העכסטע קאמפלעינס ראטע, און די נידריגסטע באלאנגט צו עקספרעס דזשעט, וואס אפערירט רעגיאנעלע פליגערס פאר גרעסערע לופטליניעס.