פאליטישע נייעס און ארטיקלען

סקאט פרועט בעט אטוירני דזשענעראל פאזיציע

דער סקאנדאל-באשמירטער epa  דירעקטאר ‘סקאט פרועט’, האט לויט באריכטן געבעטן פון פרעזידענט טראמפ אז ער וויל באקומען די פאזיציע פון אטוירני דזשענעראל.

פרועט האט געבעטן דעם פרעזידענט ארויסצושיקן ‘סעשנס’ פון דער פאזיציע און עס אים געבן אז ער זאל ווערן דער אטוירני דזשענעראל פון די פאראייניגטע שטאטן.

פרועט האט פילע סקאנדאלן וואס הענגען העכער אים, און איבער אים גייט יעצט אן פערצן פעדעראלע אויספארשונגען, צו זען אויב ער האט געטון עפעס קעגן די געזעץ.

די באריכט ווייסט צו פארציילן אז אין די צייט וואס טראמפ’ס אויפרעגונג קעגן סעשנס איז אלץ געוואקסן מער און מער, און ס’האט אויסגעזען ווי טראמפ זוכט פון אים פטור צו ווערן פאר אלע קאסטן, דאן האט פרועט געזען פאר זיך א פיינער געלעגנהייט צו בעטן דעם פרעזידענט פאר דער פאזיציע.

פרועט איז א שטארקער טראמפ שטיצער, און האט אין דער עפענטליכקייט שטארק אויסגעלויבט זיין אויבערהאר, און ווי באקאנט איז טראמפ זייער שטארק מיטן געבן פאזיציעס פאר לאיאלע מענטשן וואס זענען אונטערגעבויגן אונטער זיין מיינונג אן קיין צווייפלען.

טראמפ האט אנגעהויבן צו לאזן פאלן דעם געדאנק פאר זיינע נאנטע, אבער זיי האבן אים שטארק אפגערעדט דערפון, דערנאך וואס פרועט איז אונטער קאראפטירטע אויספארשונגען און ער איז גאר שטארק באשמוצט אין לאנד.

איבערן שרייבער

מענדל אונגער

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.