דער סקאנדאל געפלאגטער epa דירעקטאר ‘סקאט פרועט’ האט היינט רעזיגנירט פון זיין פאזיציע אלץ פארזיצער פון די ענווייראמענטאלע אגענטור.
סקאט פרועט איז טאקע זייער א טויגליכער מאן, אבער דאס האט אים נישט געקענט העלפן ווען ער איז געכאפט געווארן מיט עטליכע עטישע פארלעצונגען, ווי ער האט גענוצט רעגירונג’ס געלטער פאר זיינע פריוואטע רייזעס אדער אנדערע פארוויילונגען.
היינט נאכמיטאג האט פרעזידענט טראמפ ארויסגעשיקט א מעסעדזש, וואו ער שרייבט אז ער אקצעפטירט פרועט’ס רעזיגנאציע, דער פרעזידענט באדאנקט זיך פאר אים, און שרייבט אז ער וועט אים אייביג געדענקען צום גוטן.
נעכטן איז פרועט געזען געווארן אין די ווייסע הויז, און מ’האט שפעקעלירט צו דאס האט עפעס צו טון מיט זיינע אנגייענדע סקאנדאלן.
מיט צוויי טעג צוריק איז פרועט געזיצן אויף א נאכטמאל אין א רעסטוראן, ווען איינער פון די אנוועזנדע זענען צו אים צוגעקומען און אפיר געהאלטן אויף זיינע סקאנדאלן, און אויף דעם וואס אונטער פרועט’ס זייגער האט די ‘אי בי עי’ אנאלירט עטליכע פון די ‘גלאובל ווארמינג’ רעגולאציעס.
די פרוי איז צו אים צוגעקומען מיט איר קליין פיצל אין איר ארעם, ‘מר פרועט איך בעט אייך צו רעזיגנירן פון אייער פאזיציע’, האט זי געזאגט.
‘דאס איז מיין זון’, האט די פרוי געוויזן אויף איר קליין בעיבי אין איר ארעם, ‘ער האט ליב חיות, ער האט ליב וואסער, אונז זענען בארעכטיגט צו האבן איינער וואס גיבט אכטונג אויף אונזער ענווייראמענט, איינער וואס גלייבט אין קלימאטן טויש, און איינער וואס נעמט די זאך ערנסט פאר די טובה פון אונז אלע, אריינגערעכנט אונזערע קינדער, סאו איך בעט אייך אז איר זאלט רעזיגנירן פון אייער פאזיציע בעפאר אייערע סקאנדאלן צווינגען אייך ארויס פון דארט’.
פרועט איז געזעצן דורכאויס דער קאנפראנטאציע מיט א רואיגער געמיט און אריינגעקוקט די פרוי גראד אין געזיכט, ווען יענע האט פארענדיגט איר פאדערונג האט פרועט גארנישט צוריקגעזאגט און זי איז זיך ווייטער געגאנגען.
די פרוי זאל זיך נאר נישט איינרעדן אז צוליב דעם האט פרועט זיך אפגעזאגט פון זיין פאזיציע, נישט עפעס א פרוי וואס שיינט צו זיין פון די לינקע לאגער האט באוואויגן פרועט צו רעזיגנירן פון אמט, נאר די שטארקע דרוק וואס ער האט – לויט באריכטן – באקומען פון די ווייסע-הויז שטאב-הויפט ‘דזשאן קעלי’.
לויט באריכטן האט קעלי געלייגט דרוק אויף טראמפ, און ער איז געווען פון די וואס האבן געברענגט דערצו אז פרועט זאל זיך אפזאגן פון פאזיציע. קעלי האט געהאלטן אז ס’שטערט פאר די גאנצע אדמיניסטראציע דאס וואס פרועט איז נאך אין פאזיציע, בעת וואס ער איז ארומגענומען מיט געדעכטע וואלקענעס וואס איז נאר געווארן דיקער פון טאג צו טאג.
אבער לאמיר א בליק טון אויף דאס וואס יענער האט זיך אפגעשטעלט אין א רעסטוראן וואו פרועט איז געקומען עסן אוועק פון זיין ארבעט.
פרוי סענדערס, די ווייסע-הויז פרעסע סעקרעטאר, האט שטארק ארונטערגעריסן דאס וואס מענטשן דערנעווירן אדמיניסטראציע באאמטע זייענדיג אין ציווילע פלעצער.
בכלל זענען די לינקע די לעצטע שטיק צייט זייער קעגן איינעם וואס איז נישט מיט זייער אגענדע, מיר פראבירן נישט צו נעמען קיין צד אין פאליטיק, אבער דאס איז א פאקט וואס דארף געזאגט ווערן, ‘די לינקע אין לאנד טערעראזירן די לעצטע פאר יאר יעדער איינער וואס האלט אנדערש פון זיי, און מ’באצייכנט יענעם אלץ א נאצי, און אלץ א ראסיסט’.
איי וועט איר זאגן אז די טראמפ שטיצער זענען אויך פון די וואס פארשרייען איינער וואס וואגט זיך צו רעדן אויף טראמפ? איז דער ענטפער אז יעצט איז די ארטיקל געווידמעט אויף דער וואס האט אפירגעהאלטן פרועט, וואס לויט אלע ווארשיינליכקייטן איז זי געווען א לינק-גענויגטע פרוי.