פרעזידענט טראמפ איז לעצטע וואך דאנערשטאג אנגעקומען קיין מאנטענע, וואו ער האט געהאלטן א ראלי מיט פייער און אייפער, ער האט אויפגעהייטערט זיין ציבור און זיי אלע אריינגעברענגט אין זיין וועלט פון פייטן.
שעות בעפאר האבן שוין די טראמפ-שטיצער געווארט אינדרויסן פון די זאל צו קענען הערן דעם פרעזידענט רעדן, בכלל איז א פארגעניגן צו זיין ביי טראמפ’ס ראליס, ס’איז פיין לעבעדיג דארטן, ס’איז דא צום לאכן און צום וויינען, דער עולם שרייט און טראמפ פאטשט מיט.
אנקומענדיג צום ראלי האבן זיינע שטיצער געשאלט פאר פרייד און נישט אויפגעהערט צו שרייען פון עקסטאז, טראמפ איז – ווי זיין שטייגער – צושטייטלעך ארויפגעגאנגען אויפן פלאטפארמע און זיך ארומגעקוקט אויפן ציבור און געוויזן די פויסטן אויף ארויף.
גלייך פון אנהויב האט מען שוין געזען אז דא קומט פיינע סחורה, דער טראמפ ווערט שטארק באאיינפלוסט פון זיינע שטיצער, און ווען ער זעט ווי זיי טאנצן און שרייען פאר אים ווערט ער אנגעצינדן אין זיך, און גייט אריין אין א פייערדיגע טעמפא.
טראמפ ווייסט וואס זיין עולם ערווארט פון אים, און ער וויל זיי נישט אנטוישן, ער ווייסט אז זיינע שטיצער האבן ליב א וואלגארישע שפראך, ווי ער רייסט ארונטער די דעמאקראטן און זיינע אנדערע פיינט, דאן גייען זיינע שטיצער ממש ארויס פון גלייכגעוויכט און שפרינגען אויף די פלעצער מיט איבעראשונג.
רוב פון טראמפ’ס ראליס זענען אויפגעהייטערטע און טשעפערייען אויף זיינע פאליטישע אפאנענטס, אבער די רעדע אין מאנטענע איז געווען עפעס אויסערגעווענליך.
ער האט געגעבן צו הערן פאר דעם מעסעטשוסעס סענעטאר, ‘אליזעביט ווארן’. רעדנדיג פון די 2020 וואלן האט ער אויסגערעכנט די נעמען פון מעגליכע לויפערס, “וועמען גייט די מידיע דעקן דאן?” האט ער געפרעגט א סארקאסטישער פונעם עולם, “זיי דארפן מיר דאנקען אז איך בין פרעזידענט, איך שטעל זיי צו סחורה, וועם גייען זיי דעקן? בערני, זיי גייען דעקן א שלאפעדיגער דזשאו ביידן? זיי גייען דעקן פאוקעהאנטעס?” (א שפעט נאמען וואס ער האט געקרוינט פאר אליזעביט ווארען).
טראמפ שטעלט זיך אפ פאר א מינוט, און מ’זעט אז אין זיין מח ווירבלט זיך וואס ער זאל ווייטער זאגן, און אין דער צייט וואס ער טראכט וואס זיינע קומענדיגע ווערטער זאלן זיין, רעדט ער צום עולם, “טראכטס וועגן דעם” טראכטס וועגן דעם”.
דערנאך זאגט ער ווייטער, “זי איז פארנומען צו רעדן פון איר אפשטאם אלץ אינדיאנער, זי איז איר גאנצע לעבן געווען פארנומען צו זיין פון די מינאריטעט (זי טוט זיך אויף אז זי איז פון די אינדיאנער אפשטאם).
דערנאך זאגט טראמפ ווייטער “פאוקעהאנטעס, אוי, זיי ווילן אייביג איך זאל איר איבערבעטן פארן איר אזוי רופן, פאוקעהאנטעס איך בעט דיר איבער”, האט ער אויסגעשריגן, ווען דער עולם רייסט זיך פאר געלעכטער.
דערנאך לייגט ער אראפ א שאו שפיל וואס ער גייט טון ווען ער דעבאטירט אליזעביט ווארן, ער האט געזאגט אז ער וויל אז אליזעביט ווארן זאל נעמען א ‘די ען עי’ טעסט צו זען צו זי שטאמט טאקע פון די אינדיאנער.
דערנאך נעמט ער זיך רעדן פון עפעס א קליין מענטשעלע שפילצייג וואס ער גייט נעמען ביי די דעבאטע, עפעס האט די שפילצייג מיטן אפשטאם, און אינדערמיט פון די דעבאטע גייט ער דאס ווארפן אויף אליזעביט ווארן און איר זאגן: “איך וועל דיר געבן א מיליאן דאלער אויב דו נעמסט א ‘די ען עי’ טעסט און ס’שטעלט זיך ארויס אז דו ביסט אן אינדיאנער”, און דער גאנצער זאל קלאטשט כאילו מ’האט דא אויפגעדעקט עפעס א מייסטערהאפטיגער פאליסי…
ווידער האט ער ביי די ראלי אראפגעריסן די אמעריקאנער אליאירטע, און האט אויסגעלויבט די אמעריקאנער פיינט.
ער האט ביי דעם ראלי אויך געזאגט פאר די צוהערער אז מ’בויט שוין די וואנט אין מעקסיקא, און אלע האבן פיין געקלאטשט כאטש וואס מ’בויט נישט די וואנט וואס טראמפ האט צוגעזאגט.
ער האט דארט אויך אריינגעשניטן אין סענעטאר דזשאן מעקעין, און אין דעם פריערדיגן פרעזידענט דזשארדזש בוש דער ערשטער.
דערנאך איז ער אריבער צו רעדן איבער זיין צפון קאריע סאמיט: “אונטער אבאמא האט מען געהאלטן ביים שוועל פון קריג”. און האט ארויסגעברענגט ווי סוקסעספול ער איז מיט צפון קאריע, און אז ער איז פיל בעסער ווי די פריערדיגע פרעזידענטן וואס האבן נישט געקענט טון וואס ער האט געטון.
ווי אויך האט ער אויסגעלויבט די עקאנאמיע וואס גייט אין א גוטע ריכטונג, און די ארבעטס קראפט וואס גייט אויך אין די ריכטיגע וועגן.
ער האט אויך ארויסגעברענגט די שעדליכקייט פון א מלחמה מיט צפון קאריע, און האט דערביי געזאגט: “די מידיע האט נישט געהאט וואס צו זאגן אויף די צפון קאריע סאמיט, האבן זיי געשריגן, ער טרעפט זיך מיט קים יאנג אן, און ער גיבט אים נאך, איך האב אים גארנישט נאכגעגעבן. אגב, צפון קאריע האט זיך נישט געוואלט טרעפן מיט אבאמא, אבאמא האט זיך געוואלט טרעפן מיט זיי, זיי האבן זיך נישט געוואלט טרעפן מיט אים, די ערשטע זאך וואס איך האב זיי דארט געפרעגט”.
טראמפ האט א שטארקע ליבע צו ראליס, ווי ער געפינט זיך ווייט אוועק פון די וואשינגטאן אנגעצויגענע לופט, און ער איז ארומגענומען מיט זיינע שטארקע שטיצער, וואס וועלן אים לויבן און אפלאדירן פאר אלעס וואס ער זאגט, ס’איז פאר אים ווי א וואקאציע אינדערמיט פון א שטורעמישע ברויזנדע ים.
טראמפ איז פיינע פרישע נייייייעעעעעס!!!!