הויכראנגיקע באאמטע אינעם ווייסן הויז זענען געווען ערשטוינט צום אויפדעקונג, אז פרעזידענט טראמפ האט געגעבן די סעלפאון נומער פון זיין פריוואטער סעלפאון פאר פירער און וויכטיגע פיגורן איבער די וועלט, א קורצער צייט נאכן ווערן פרעזידענט עלעקט, און ער האט אפילו געפירט מיט זיי געשפרעכן אויף דעם סעלפאון, א זאך וואס איז נישט געזעצליך.
די ווייסע הויז געהילפן האבן נישט געוויסט אז טראמפ האט אפגעהאלטן א געשפרעך מיטן קאנעדישן פירער טאראדו, און זענען געוועכן שאקירט ליינענדיג א באריכט איבער א שמועס פארלאפענעם יאר אין אפריל, וואס די קאנאדישע רעגירונג האט פארעפנטליכט, לויט א וואשינגאטן פאוסט באריכט.
אונטער געווענליכע אומשטענדן טוען געשפרעכן מיט אנדערע פירער אפגעשריבן ווערן פון פאראויס, און איז פלאנירט פון פריער מיט די הילף פון ראטגעבער און הויכראנקיגע אדמיניסטראציע מיטגלידער, איבערהויפט פון די נאציאנאלער זיכערהייט ביורא. אבער ביי די שמועס מיטן קאנאדישע פירער האט מען זיך געדארפט פארלאזן איבער דע ם וואס טראמפ האט געדענקט פון דעם שמועס, א זאך וואס איז נישט לויט די ווייסע הויז פראטאקאלן.