איבער אכציג מענטשן זענען שוין אומגעקומען אין רעזולטאט פון די גאר טויטליכע פארשוועמונגען אין יאפאן, וועלכע שטורעמען איבער די גאסן און פארשוועמען אלעס וואס שטייט זיי אין וועג, דאס איז אויסער די פילע צענדליגע ערנסט פארוואונדעטע, און שווערע געלט שאדנס.
לויט א באריכט אין יאפאן טיימס, זענען 37 פון די אומגעקומענע אין היראשימא, א צענטראלער שטאט אין יאפאן. אבער אויך אין אנדערע יאפאנעזער שטעט הערשט א געפאר.
ווי עס דערציילט אן אפשאצונג פון די עמערדזשענסי אגענטורן אויפן סצענע, זענען אזויפיל ווי 4.3 מיליאן יאפאנעזער, פון 23 געגנטער אין צענטער און אין דרום מזרח יאפאן, באדראעט פון די מאסיווע פארשוועמונגען, און איבער 300,000 מענטשן געפינען זיך אצינד אין רעטונג שעלטער’ס. די מיליטערישע און פאליצייאישע קרעפטן פאטראלירן דעם געגנט, און פרובירן ארויסצוהעלפן די עוואקואציע.