א שאקירנדער נייעס נעמט ארום די אלגעמיינע אידישע וועלט, נאכדעם וואס די שטאטישע טאטעס אין די ערציאונגס מיניסטעריום פון ציריך; שווייץ, האבן פארארדנט אז מען דארף אפ פארמאכן די ישיבה קטנה אין ציריך אונטער שלאס און ריגל, ביז א קורצע צייט.
לויט די פארלאנג פון שטאט, איז די ישיבה נישט נאכגעקומען די פארלאנג פון לערנען מיט די קינדער די נישט אידישע לימודי חול, וועלכע האט נישט קיין פלאץ אין ערליכע מוסדות אדער ישיבות. אלס קנס וועט זיך די ישיבה מוזן פארשפארן.
די ישיבה קטנה איז געגרינדעט געווארן פאר צוואנציג יאר צוריק און ווערט געפירט דורך הרב יוסף גאלדענבערג.
דאס איז א פריוואטער שולע וואס האט נישט גארנישט איינגעלייגט מיט די שטאטראט, אבער מיט דעם אלעם טוט די געזעץ פארלאנגען אז מען דארף לערנען מיט די בחורים לימודי חול, צווישן זיי פראנצוזיש, ענגליש, מאטעמאטיק, און נאך פארשידנס.
היינט צוטאגס איז פארהאנען אין ציריך פיר צענטראלע מוסדות התורה, די תלמוד תורה, מיידל שולע, אינגל שולע און ישיבה קטנה. די ישיבה האט אריינגעגעבן א צענזורירטער קוריקולום וואס זיי לערנען מיט די קינדער, אבער די רעגירונג וויל פון גארנישט הערן, זיי פארלאנגען אז מ’מוז אלעס לערנען.
אזויפיל האט מען געקענט פועל’ן אז מען זאל קענען ענדיגן דעם יעצטיגן לערן יאר, אבער צום קומענדיגן יאר וועט מען דאס נישט מעגן צוריק עפענען.