א איבערפאל האט פאסירט אין בערלין, ווען עטליכע דייטשע יונגען האבן צושלאגן א 25 יעריגער סירישער איד, וויבאלד ער האט געהאט אויף זיך א קייטל מיט א מגן דוד סימבאל.
דער איד האט געהאט א ציגארטעל אין מויל, און האט געבעטן פון א פארבייגייענדע גרופע אביסל פייער פון א צינדער צו קענען אנצינדן זיין ציגארעטל – טראץ וואס עס איז געווען אינמיטן שבת קודש – און דאן איז אים די גרופע באפאלן, צוערשט האט מען אים פארשריגן מיט אנטיסעמיטישע לאוזונגען, אבער עס האט נישט לאנג גענומען ביז ווען מען האט אים אנגעהויבן צו אריינגעבן פיזישע שלעק.
ער האט פרובירט צו אנטלויפן, אבער די גרופע האט אים נאכגעיאגט און געשטויסן מיט גרויס ברוטאליטעט, ערשט ווען א פארבייגייער איז אריבער און פראטעסטירט, האבן זיי אפגעשטעלט די העסליכע אטאקע.
די בערלינער פאליציי האט ארעסטירט זיבן מענער און דריי פרויען, צווישן זיי זעקס סירישע און דריי דייטשן, וואס זענען פארדעכטיגט אין זיין א טייל פון די אטאקירער. דאס קומט אין די צייט וואס די אנטיסעמיטיזם אין דייטשלאנד בכלל, און אין בערלין בפרט, שטייגט מער און מער, און אידישע אקטיוויסטן קוקן זיך צו מיט אנגסט צו די אומגינסטיגע אנטוויקלונגען.