אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

ברעכנדע נייעס: אומקום אין ענגלאנד פון  רוסישע סם אטאקע

ס’קומט אריין די נייעס פון לאנדאן אז איינער פון די צוויי וועלכע זענען געווען אויסגעשטעלט צו דער גאר טויטליכער סם ‘נאוויטשאק’ איז געשטארבן.

מיט עטליכע מאנאטן צוריק זענען צוויי מענטשן, א טאטע און זיין טאכטער, פאר’סם’ט געווארן מיט אט דעם קעמיקל, און זיי זענען ביידע קריטיש פארוואונדעט געווארן, אבער האבן עס איבערגעלעבט.

דאן האט זיך עס גערעדט פון ‘סערגעי סקריפלס’, א געוועזענער רוסישער שפיאן, און זיין טאכטער, זיי זענען געזעצן אין א פארק אין א פארשטופטן שטעטל אין ענגלאנד, ווען זיי האבן פלוצלינג געפילט אז זיי פארלירן דאס גלייכגעוויכט.

דאן האט די ‘סקאטלאנד יארד’ (איינע פון די בעסטע אויספארשונג גרופעס אין דער וועלט) באשטעטיגט אז זיי זענען פאר’סם’ט געווארן מיט א גאר שעדליכער סם, באקאנט אלץ ‘נאוויטשאק’, און אז דאס ווערט נאר פראדוצירט אין רוסלאנד. זיי האבן אויך אנגעגעבן אז זיי ווייסן זייער קלאר אין וועלכע לאנד, און אין וועלכער באזע, די סם איז פראדוצירט געווארן.

“אדער איז דאס געווען א דירעקטע אטאקע אויטאריזירט פון די העכסטע אין די רוסישע רעגירונג, אדער האט זי פאלוירן קאנטראל אויף דעם שעדליכן סובסטאנץ’, האט די בריטישע פרעמיער ‘טאריסע מעי’ דערקלערט אין די פארלאמענט אין לאנדאן.

“ס’איז העכסט ווארשיינליך אז די רוסישע רעגירונג האט אויטאריזירט דעם אטענטאט אויף דער געוועזענער שפיאן”, האט זי שארף פארדאמט רוסלאנד, און צוגעזאגט א שארפע רעאקציע.

ווי פארשטענדליך האט די רוסישע רעגירונג געלייקנט דעם באריכט, און זיי האבן קאטעגאריש אפגעווארפן אז זיי האבן געהאט עפעס א האנט אין דעם אטענטאט פארזוך אויף סערגעי [מיר ווייסן דאך וויפיל מ’קען גלייבן די רוסן].

אמעריקע האט אויך פארדאמט רוסלאנד, און האט מיטגעשטימט מיט די בריטישע אויספארשער אז ס’איז זייער קלאר אז דאס קומט פון רוסלאנד.

פאריגע וואך איז באריכטעט געווארן אז צוויי מענטשן זענען אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל נאכן קומען אין בארירונג מיט דעם זעלבן סובסטאנץ פון וואס סקריפלס איז פאר’סם’ט געווארן.

אבער ווי די באאמטע געבן איבער, איז די יעצטיגע פארסאמונג ווארשיינליך נישט געווען קיין דירעקטע, נאר די צוויי זענען געקומען אין בארירונג מיט עפעס וואס האט נאך געהאט אויף זיך די סם פון די פריערדיגע אטענטאט פארזוך אויף ‘סערגי’, אבער זיי שליסן נישט אויס די מעגליכקייט פון א דירעקטע אטאקע.

פריער אין טאג איז אריינגעקומען די אומגינסטיגע נייעס, אז איינער פון די צוויי, א פרוי, איז אויסגעגאנגען פון אירע וואונדן וואס זי האט געליטן נאכן אנרירן דעם סובסטאנץ, איר מאן געפינט זיך נאך אין שפיטאל אין א קריטישע מצב.

די געשעעניש רופט ארויס גרויס זארג ביי געוויסע פון די אמעריקאנע באאמטע, וואס פארדעכטיגן אז רוסלאנד האט דאס געטון טאקע יעצט, עטליכע טעג בעפאר דער אמעריקאנער פרעזידענט קומט אן קיין לאנדאן, זיך צו טרעפן מיט די ארטיגע רעגירונגס באאמטע, און מיט די קעניגן פון לאנד.

ווי אויך איז אין פלאן אז טראמפ גייט אפהאלטן א זיצונג מיט דעם רוסישן פירער ‘וולאדימיר פוטין’, און געוויסע שפעקולירן צו פוטין וויל נישט דא שיקן עפעס א באהאלטענער מעסעדזש צו דעם אמעריקאנער פירער.

איבערן שרייבער

מענדל אונגער

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.