ווילט איר דאך אוודאי וויסן ווער איז דאס דער “ענגלישער טראמפ”, וועלן מיר אייך זאגן.
באריס דזשאנסאן, דער פאפולערער אויסערן מיניסטאר פון בריטאניע, ווערט אנגערופן אלס דער “ענגלישער טראמפ”. עס איז דא עטליכע אורזאכן פארוואס ער האט באקומען דעם טיטל, צווישן אנדערע איז עס וויבאלד ער ער פארמאגט א ווילדע האר סטיל, און בכלל א שטורעמישער וועג און צוגאנג ווען עס קומט צו האנדלען מיט אנדערע מענטשן.
אבער אצינד שרייבנדיג די שורות, איז ער מער נישט דער אויסערן מיניסטאר פון בריטאניע. דזשאנסאן האט רעזיגנירט פון זיין אמט, נאך עטליכע געפעכטן וואס ער האט געהאט מיט די ענגלישע רעגיגונג, איבער די טערמינען פון די “ברעקזיט”, וואס וועט ארויסציען ענגלאנד פון די אייראפעאישע פאראיין.
אין פאקט איז דזשאנסאן געווען דער וואס האט אנגעדרייט בריטאניע זיך ארויסצוציען פון די אייראפעאישער פאראיין, און געפירט צו א געווינס ביים פאלק, אז אזוי זאל מען טאקע טון.
פון די ענגלישע טערעזע מעי אדמיניסטראציע האט מען באריכטעט אז דזשאנסאן האט איבערגעגעבן פאר טערעזע די רעזיגנאציע דאקומענטן, און זי האט אקצעפטירט זיין דראמאטישער שריט. זי האט זיך באדאנקט פאר זיין ארבעט, און געמאלדן אז אין קורצן וועט דזשאנסאן ווערן ערזעצט מיט א פרישער אויסערן מיניסטאר.
דאס קומט קוים א טאג נאכדעם וואס דער פאקטישער ברעקזיט מיניסטאר פון ענגלאנד, דעוויד דעוויס, האט רעזיגנירט פון זיין אמט, און אין זיינע פיסטריט האט נאכגעפאלגט דער “אייראפעאישער טראמפ” באריס דזשאנסאן, וואס איז געקומען נאך אומגעהויערע דרוק פון די מעי אדמיניסטראציע אז ער זאל זיך אפזאגן פון פירן די ברעקזיט געשפרעכן.
קורצליך נאך די רעזיגנאציע, האט טערעזע מעי אויפגעטרעטן אין די ענגלישע פארלאמענט, וואו זי איז ערווארטעט פארצושלאגן א פרישע פלאן וויאזוי דער ברעקזיט זאל צוגיין, עפעס וואס איז ערווארטעט אז עס וועט ברענגען א מאסיווער פאליטישער שטורעם אין ענגלאנד.