מייקל כהן’ס אדוואקאט האט געשיקט סיגנאלן אז ער איז גרייט פאר א געשלעג צווישן זיין קליענט און דעם פרעזידענט מיט זיין אדוואקאט רודי דזשוליאני.
רודי האט נעכטן זונטאג אויפגעטרעטן אויף די זונטאג’דיגע שאו פון סי. ען. ען. די סטעיט אף די יוניען, און האט שטארק אראפגעריסן די ספעציעלע קאונסיל פון ראבערט מולער און די גאנצע רוסישע אויספארשונג.
איינע פון זיינע באמערקונגען דארט אויף די לופט כוואליעס איז געווען ווי פאלגנד: “אויב ער גלייבט אז ס’איז אין דיין בעסטע אינטערעסע צו קאפערירן, גאט זאל אים בענטשן, זאל ער קאפערירן, איך מיין אז דער מענטש איז געווארן שרעקליך באהאנדלט ביי די מענטשן וואס ער גייט מיט זיי קאפערירן, אבער, געוויסע מאל איז נישט דא קיין אויסוואל, איך גלייב נישט אז מייקל כהן גייט זאגן ליגנט, איך מיין אז ער גייט זאגן די אמת די בעסטע וואס ער געדענקט, און אויב ער טוט טאקע דאס, זענען מיר פריי”.
דאס איז געקומען נאך עטליכע שטילע וואכן וואס מ’האט נישט געהערט פון רודי דזשוליאני, דערנאך וואס זינט ער איז אריינגעקומען אויף זיין פאזיציע האט ער געשטורעמט אויף די לופט כוואליעס, און זיין נאמען איז געווען ביי יעדן רעפארטער אויפן צינג.
רודי, עטוואס ווי טראמפ, זעצט זיך אוועק פאר אן אינטערוויו, און ער לאזט ארויסגיין פון צווישן זיינע צוויי ליפן וואס ס’גייט נאר, אזוי אז ס’זאל זיין נייעס און מ’זאל רעדן איבער וואס ער האט געזאגט, געוויסע זאגן אז דאס איז א טאקטיק פון רודי אז מ’זאל נישט רעדן פון די ערנסטע אנטוויקלונגען נאר פון די קאנטראווערסיעס וואס ער לייגט ארויס.
היינט אינדערפרי האט דער אדוואקאט פון מייקל כהן, ארויסגעשיקט א טוויט, ווי ער לאזט לויפן שארפע ווערטער אין ריכטונג פון טראמפ און רודי.
ער שרייבט דארט: “האט רודי דזשוליאני עכט געזאגט אויף די זונטאג פראגראמען אז מייקל כהן זאל קאפערירן מיט די פראקורארן און זיי זאגן די אמת? ערנסט? איז דאס די טראמפ און דזשוליאני אויסטייטש פון אמת? טראמפ און דזשוליאני מיט אמת האבן קיין שייכות נישט”, דערנאך שרייבט ער “ווארט מיט שפאנונג”.
באריכטן ווייסן צו זאגן אז מייקל כהן איז פולשטענדיג גרייט ארויסצוגיין אין קאמף מיטן פרעזידענט און זיין אדוואקאט רודי, און די לעצטע שטיק צייט האט מען געזען ווי טראמפ און זיינע באאמטע פראבירן זיך צו דערווייטערן פון מייקל כהן, אז זיי זאלן נישט דארפן ליידן קיינע קאנסעקווענסן פון כהן’ס אנגייענדע אויספארשונגען.
געוויסע וואס האבן גערעדט מיט מייקל כהן דערציילן אז כהן האט זיי געזאגט אנבאלאנגט דזשוליאני: “דער אמת איז נישט דיין אדער דיין קליענט’ס פריינד”.
קוועלער נאנט צו כהן זאגן אז כהן פילט אז רודי און דער פרעזידענט רעדן צו אים דירעקט דורך די טעלעוויזיע שפאלטענעס, און ווארענען אים אז ער זאל זאגן אז וואס זיי זאגן איז די אמת, און ער זאל נישט זאגן די ריכטיגע אמת, ווייל אויב נישט גייט מען אים נאכאנאנד אטאקירן און אראפרייסן.
כהן זאגט אז ער איז פארטיג מיט די שפילערייען, און אז ער גייט זיך מער נישט לאזן פארפירן פון די עפנטליכע טעראר וואס רודי לייגט אים, און אז ער איז גרייט צו זאגן די ריכטיגע אמת פאר די אויספארשער.
דאס דארף לויט ווי מ’פארשטייט שטארק אנציען דעם פרעזידענט און זיין פארטיידיגונגס גרופע, מייקל כהן איז אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט געווען טראמפ’ס נאנטסטער מענטש, און טראמפ האט אים געהאלטן ממש פאר משפחה.
אבער זינט ער איז אונטער אויספארשונג הייבט ער אן – אויף די ראט פון זיינע אדוואקאטן – זיך אפצושאקלען פון טראמפ און אלעס וואס האט מיט אים. פאריגע וואך האט ער אראפגענומען פון זיין טוויטער אקאונט די ווערטער וואס זענען פראמינענט געשטאנען אויפגעשריבן אונטער זיין נאמען: “דער פריוואטער אדוואקאט פאר דעם פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן”. דאס איז נאך א צייכן אז ער זוכט זיך צו דערווייטערן פון טראמפ, און אז ער האט עפעס צו פארציילן וואס קען אים ראטעווען פון א לאנגע טורמע טערמין, דורכדעם וואס ער גיבט איבער אין די הענט פון די פראקורארן עפעס גרעסערע פישלעך ווי אים.