לאקאל און נאציאנאל פאליטישע נייעס און ארטיקלען

פרעזידענט טראמפ נאמיניראט סופרים קארט ריכטער

נעכטן נאכט האט פרעזידענט טראמפ אויפגענומען בערעט קאוונאו אלס לעבנסלענגליכער סופרים קארט ריכטער, אויפן ארט פון זיין פארגייער און פאקטישער לערער אנטאני קענעדי, וואס האט פענסיאנירט פאר צוויי וואכן צוריק.

דער 53 יעריגער קאוונאו האט גרויס עקספערטיז און ערפארונג אינעם פאליטישן און געריכטליכן פעלד, און ער האט געארבעט אונטער דעם ארויסגייענדעם ריכטער קענעדי און אונטער ניעל גורסטעטש, וואס איז ערוועלט געווארן אונטער טראמפ’ס זייגער אלס א סופרים קארט ריכטער.

דורכאויס די פרעזידענטשאפט פון דזשארזדש בוש דער זון, האט קאוונאו געדינט אלס דער שטאב סעקרעטאר צום זייט פון זיין ווייב, וואס האט אויך געארבעאט אינעם ווייסן הויז. ער דינט היינט צוטאגס אלס א ריכטער אין די אפיעל געריכט.

“אין מיינע אויגן, איז דער אויסוואל אין א סופרים קארט ריכטער, אן ארבעט וועלכע איז נישט ווייניגער וויכטיג ווי דערקלערן קריג אדער אונטערשרייבן א שלום-אפמאך” האט פרעזידענט טראמפ געזאגט פאר די צענדליגע רעפארטער’ס וואס זענען געווען פארזאמלט בעפארן ארויסגעבן דעם נאמינירטן ריכטער אינעם מזרח פליגל פונעם ווייסן הויז.

דער פרעזידענט האט זיך באדאנקט פארן ארויסגייענדעם ריכטער קענעדי, אויף זיין דינסט אין די סופרים קארט.

“איך וועל אויס צו פארזעצן דעם לעגאט פון דעם געוועזענעם פרעזידענט ראנאלד רעיגען, און נישט פרעגן אויף די פריוואטע מיינונגען פון די נאמינירטע. וואס עס איז ווירקליך וויכטיג איז נישט די פאליטישע שטעלונגען פונעם ריכטער, נאר אויב ער קען זיי לייגן אין א זייט, צו ערפילן דאס וואס די קאנסטעטוציע פארלאנגט פון אים. איך האב געטראפן דעם פאסיגן ריכטער דערפאר” האט טראמפ געזאגט.

דאס נאמינירן דעם ריכטער קאווונאו איז געווען אויף א לעבעדיגער הוק אפ פון די ווייסע הויז, און דער נייער ריכטער האט זיך באדאנקט פאר זיין פאמיליע, און באקומען לאנגע און הילכיגע עפלאדיסמענטן.

קאוונאו איז באקאנט אלס א קאנסערוואטיווער, און לויט שאצונגען וועט ער זיין פארנומען מיט נאציאנאלע זיכערהייט. מיט דעם אלעס איז ער נישט געווארן אויפגענומען מיט א פאזיטיווער ליכט ביי א גרויס טייל פון די רעפובליקאנער, וויבאלד קאוונאו האט אסאך זאכן וואס ער איז נישט איינשטימיג מיטן רעפובליקאנער אידיאלאגיע.

אין די לעצטע פאר טעג האט פרעזידענט טראמפ אסאך ארומגעקלערט און זיך געצווייפלט וועמען צו נאמינירן אלס פרישער סופרים קארט ריכטער, און האט עטליכע מאל קלארגעשטעלט אז ער זוכט א רעלאטיוו יונגער ריכטער וואס זאל קענען דינען פאר לאנגע יארן אין סופרים קארט, וואס זאל קענען דינען ארום 40-45 יאר.

 

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.