עס קומט אריין די גוטע נייעס אז די רעטונגס לייט אין טיילאנד האבן באוויזן סוקסעספול צו באפרייען אלע קינדער וואס זענען געווען פארכאפט אין די הייל אויף צפון טיילאנד, ביי טאם לואנג.
לויט עדות’שאפטן פון רעפארטער וואס זענען דארט געווען, זענען די קינדער אפגעפירט געווארן מיט א בעטל צום שפיטאל, און זיי גייען אצינד דורך מעדעצינישע באהאנדלונגען.
ווי די שפיטאל איינגעשטעלטע זאגן, איז די געזונט צושטאנד פון אכט קינדער ‘גאנץ גוט’, און זיי ליידן נישט פון זען פראבלעמען. צוויי קינדער האבן געדארפט האבן ערנסטע באהאנדלונגען, פאר לייכטע אינפעקתיעס, אבער דאס מערהייט פון זיי קענען פונקציאנירן מיט די אייגענע כוחות, און זיי האבן שוין געגעסן ברויט מיט שאקאלאדע, לויט זייער פארלאנג.
דערווייל זענען די קינדער צופרידן אז דער שרעקעדיגער איבערלעבעניש איז שוין דערנאך, און גאר אין נאנטן וועלן זיי דורכגיין פסיכאלאגישע סעסיעס, זיך אויסצוקורירן פון די ביטערע קאשמארן.
דאס קומט נאך צוויי וואכן וואס די וועלט פאלגט נאך מיט שפאנונג און אנגסט, איבער די גורל פון 13 קינדער וואס זענען געווען פארכאפט אין א הייל, וואס האט געקענט סיי וועלכע מינוט פארפלייצט ווערן פון די שטארקע שטורעמישע רעגנ’ס.
די אפאראציע האט געקאסט דאס לעבן פון איין נעווי סיעל, וואס איז דערשטיקט געווארן צום טויט אינעם הייל, נאכן נישט האבן גענוג אקסידזשען.