ארטיקלען און געדאנקען

די לעבעדיגע קמיעות

דער הייליגער ישמח משה זיע”א פלעגט ווי באקאנט געבן קמיעות. על כל צרה שלא תבוא האט ער אפגעשריבן א קמיע און דאס האט געארבעט וואונדער איבער וואונדער, פילע קראנקע זענען געווארן געזונט. פילע עקרות זענען געווארן עלטערן פון קינדער, א.א.וו.

דער ישמח משה האט אמאל דערציילט איבער דעם ענין פאר זיין אייניקל רבי משה׳לע ראזוואדאווער זיע”א (איידעם פון הייליגן ייטב לב זיע”א), אז ווען אידן האבן אנגעהויבן קומען מיט זייערע בקשות ער זאל פאר זיי מתפלל זיין האט ער זיך נישט געקענט באשליסן, צי ער זאל געבן קמיעות אדער נישט. כאטש ער זעלבסט האט עס יא געוואלט, אבער צוליב מורא פון איינרייסן זיך מיט די כוחות החיצונים, האט ער געטראכט זיך מונע זיין דערפון.

האט ער זיך דעמאלט מתבודד געווען אין זיין חדר, און מתפלל געווען צו השי”ת א הייסע תפלה פון טיפן הארץ, ער זאל אים באלייכטן די אויגן צו וויסן וויאזוי צו טוהן.

נאך די הייסע תפילה הערט דער ישמח משה פלוצלינג א קול רופט אויס: “אל תירא בני! כי אתך אני להושיעך נאום ד’!” (פארכט זיך נישט מיין זון, ווייל איך בין מיט דיר, דיר צו העלפן  – זאגט השי״ת). פון דעמאלט אן האט דער ישמח משה אנגעהויבן שרייבן קמיעות, אן קיין שום מורא.

דעם ישמח משה’ס קמיעות זענען געווארן א שם דבר. פון איבעראל אין לאנד איז מען געקומען בעטן א קמיע פאר א ישועה.

צו איינעם פון די גרויסע תלמידים פון הייליגן חוזה זי״ע האט דערגרייכט די ידיעה וואס האט ארויסגערופן וואונדער, אז דער אוהעל’ער רב באנוצט זיך עפעס מיט נייע מיטלען וואס מ׳האט נישט געוואוסט, מיט קמיעות. און אויפן דאזיגן מיסטעריעזן אופן האט ער בוחר געווען צו פועל׳ן ישועות פאר אידן.

האט דאס אים זייער פארדראסן, היתכן דער אוהעל’ער רב האט זיך גענומען צו א דרך וואס דער רבי פון לובלין זיין רבי – און אויך דער רבי פונעם ישמח משה – האט זיך דערמיט נישט באנוצט?

בכלל, האט קיינער פון די דעמאלטדיגע צדיקים אין דור פונעם חוזה זיך נישט אזוי נוהג געווען. ובכן, היתכן דער תלמיד זאל משנה זיין פון רבי׳נס דרך, און פונעם אנגענומענעם וועג ביי אלע צדיקי הדור?

האט דער תלמיד פון חוזה באשלאסן אפצושרייבן א בריוו צום אוהעל’ער רב, און אים דארט אויס’מוסר’ן אז ער זאל אפלאזן דעם מאדנעם דרך.

דער באטרעפנדער צדיק איז אויפגעשטאנען אינמיטן די נאכט ביי חצות, און זיך גענומען צום שרייבן. אין א לענגערע בריוו מוסר’ט ער דעם ישמח משה, און בעט ער זאל אויפגעבן דאס שרייבן קמיעות.

נאכן פארענדיגן דעם בריוו, וויל דער צדיק נעמען די זאמד פלעשעלע צו אויסשפרייטן זאמד אויף די נאסע טינט עס זאל זיך שנעל אפטרוקענען, אבער אנשטאט נעמען דעם זאמד פלעשל האט ער בטעות גענומען די טינט פלעשל, וועלכע האט אויסגעזען אייניג ווי די זאמד פלעשעלע  – און עס אויסגעגאסן אויפן בריוו.

דער פייערדיגער בריוו איז איצט געווארן א נאסע שווארץ קאלירטע בויגן-פאפיר, איין גאנצן ווארט קען מען דערפון נישט אויסליינען. דער צדיק פארשטייט אז זייענדיג פארטיפט אין זיינע געדאנקען האט ער געמאכט א טעות און געגאסן טינט אנשטאט זאמד. און ער נעמט נאכאמאל דעם פעדער אין האנט, און שרייבט באלד אפ א פרישן בריוו. אין וועלכן ער פאדערט אויף דעם ישמח משה נישט אנגיין מיט די קמיעות.

ווידער פאסירט דאס זעלבע, אנשטאט נעמען דעם ריכטיגן פלעשל צו אפטרוקענען דעם בריוו, נעמט ער דעם טינט פלעשעלע, און גיסט עס אויס אויפן בריוו.

דער צדיק נעמט דאס אויך אן ווי נאטורליך, ווי אן איינפאכער טעות און ער שטארקט זיך ווידער, און צום דריטן מאל שרייבט ער איבער דעם בריוו.

נאכן פארענדיגן דעם דריטן בריוו האט ער זיך פארהיטן פון נאכאמאל באגיין א טעות און אוועקגענומען דאס פלעשל טינט פון טיש. דאן וויל ער נעמען דעם פלעשל זאמד כדי ענדליך שוין אפטרוקענען דעם פריש געשריבענעם בריוו.

פלוצלינג זעט דער צדיק ווי פון דעם פלעשל זאמד הייבט אן ארויסקומען א קליינער ווארעם. און נאך אים קומען ארויס נאך צוויי ווערימלעך, און נאך זיי דריי און פיר און פינף א.א.וו.

צו זיין שרעק ווערן פון די ווערימלעך באשאפן שלענג, די גאנצע טיש ווערט אנגעפולט מיט בייזע שלענג, אויך ארום דעם טיש און אויף די ווענט פון הויז, איבעראל, ווערט באלאגערט פון די סארט מיסטעריעזע שלענג.

א פחד האט אנגעכאפט דעם צדיק, און פון גרויס שרעק פאלט ער באלד אראפ אויף דער ערד מאכטלאז.

דאן האט דער צדיק פארשטאנען אז ער איז באגאנגען א פעלער מיטן שרייבן דעם בריוו, און מיטן מוסר’ן דעם ישמח משה צוליבן שרייבן קמיעות. ער נעמט איצט אין אכט אז די נאר-וואס באגאסענע בריוון זענען נישט געווען קיין פערצופאל טעותים, נאר דאס האט מען פון הימל געוואלט ווייזן אז דער אוהעל’ער רב איז גערעכט מיט זיין הנהגה.

דער צדיק האט שוין חרטה געהאט אויף דעם גאנצן בריוו, ער וויל עס ווי שנעלער פטר’ן, צורייסן אויף שטיקער אז עס זאל גארנישט בלייבן דערפון.

אבער וויפיל ער פרובירט זיך צו שטארקן און אויפהייבן זיך פון דער ערד, צו אנכאפן דעם בריוו, גייט עס נישט. ווייל אלע כוחות האבן זיך אים פארלאזט.

אין זיין פארלעגנהייט האט אים אויפגעבליצט אן עצה, ער האט זיך געשטארקט און א שלעפ געגעבן דעם אראפגעהאנגענעם טישטוך, אט איז עס געלונגען. דער בריוו איז אראפגעפאלן אויף דער ערד נאנט צו אים, דאן האט ער עס א כאפ געגעבן און עס צוריסן אויף פיצלעך.

תיכף זענען זיינע כוחות צוריקגעקומען, און ער האט זיך געקענט צוריק אויפשטעלן אויף די פיס, און די אלע שרעקעדיגע שלענג וועלכע האבן זיך פארשפרייט אין צימער, זענען מיטאמאל נעלם געווארן.

דער צדיק שרייבט אצינד אפ א נייעם בריוו פאר’ן ישמח משה, דאסמאל מיט אן אנדערן סטיל ווי ביז איצט. נישט קיין מוסר שרייבט ער דארט, נאר א פריינטליכע בריוו מיט גרויס כבוד און הערצה.

אין דעם נייעם בריוו דערציילט ער די פאסירונג מיס די פריערדיגע בריוון, קודם די טעותים, און נאכדעם דעם צייכן פון הימל, און איז מודה צום אוהעל’ער רב, אז ער איז יא פאסיג און ראוי צו שרייבן קמיעות און משפיע זיין דורך דעם ישועות און רפואות.

שפעטער האט מען דעם הייליגן תלמיד פונעם חוזה מודיע געווען מן השמים, אז ״דער ישמח משה איז אן אייגנארטיגע נשמה וואס איז צוליב דעם אראפגעקומען אויף דעם עולם השפל, צו מקדש זיין שם שמים ברבים, דורכן שרייבן הייליגע קמיעות״.

צום קעסטל וואו די קמיעות זענען געלעגן באהאלטן האט דער ישמח משה קיינעם נישט געלאזט צורירן, אפילו די נאנטסטע מענטשן האבן נישט געהאט קיין צוטריט דערצו.

אזוי ווי דער ישמח משה האט אמאל געזאגט פאר זיין אייניקל רבי משה’לע ראזוואדאווער, דעמאלט ווען ער האט געגעסן קעסט ביי אים פאר עטליכע יאר.

“מיין טייערער משה’לע״  – זאגט אים דער עלטער זיידע מיט ליבשאפט – ״איך זעה אז דו זוכסט און נישטערסט כסדר אין מיינע לעדלעך, און איך האב נישט קיין פאראיבל, אדרבא, דו מעגסט דאס טוהן, ווייל איך געטרוי דיר. נאר, זאלסט זיין זייער געווארנט, אין דעם קעסטל פונעם קליינעם טישל זאלסטו בכלל נישט צורירן, עס צו עפענען און זוכן דארט!”.

אבער וואס איז דארט אזוי וויכטיג באהאלטן. האט ער נישט געזאגט. נאר געווארנט, ער זאל זיך נישט וואגן צו רירן דארט.

נו, אז מ׳ווארנט נישט צו קוקן, איז דאך דער שטייגער פון א מענטש אז ער ווערט נאך מער נייגעריג. אויך רבי משה’לע האט איצט באקומען מער חשק צו וויסן וואס עס ליגט דארט. אין הארץ האט אים געברענט דאס גלוסט צו עפענען און זען דאס געהיימניס.

א צייט שפעטער איז דער ישמח משה אמאל אוועקגעגאנגען פון הויז צו א ברית, און רבי משה’לע האט געזען אז דאס איז א פאסיגע געלעגנהייט צו עפענען דעם קעסטל ווען דער זיידע איז נישט אין שטוב.

רבי משה’לע האט אין אנהייב געקווענקלט נישט עובר צו זיין אויפן זיידנ’ס רצון. אבער דער פייער פון נייגעריגקייט אויף דעם צדיק’ס דרכים האט זיך געשטארקט און ער האט זיך נישט געקענט איינהאלטן. איז ער נאנט געגאנגען צום קעסטל.

מיט א ציטערדיג הארץ עפנט ער דעם קעסטל, און ער זעט דארט ליגן אוועקגעלייגט פארשידענע קמיעות.

און אז ער האלט שוין אט דא, וויל ער כאטש זען וואס עס שטייט געשריבן אין די קמיעות. און ער וויל עפענען איין קמיע. פלוצלינג הערט ער א קלאפ אין טיר.

ווי איבערראשט איז ער געווארן ווען ער האט געעפנט די טיר און א שליח פונעם זיידן שטייט ביים עפענונג פון טיר און זאגט אים: “דיין זיידע רופט דיר. זאלסט שוין אריבערקומען צו אים!”.

ער האט באלד פארשטאנען וואס דער זיידע וויל פון אים. און א שרעק האט אים באנומען. ווער ווייסט וואס פארא פסק ער וועט איצט כאפן פון זיידן אויף אזא זינד.

ווען רבי משה’לע איז געקומען צום זיידן, האט אים געווארפן ממש אלע אברים פון גרויס פחד. ווי איינער וואס איז באגאנגען אן עוולה, שטייט ער מיט א געבויגענעם קאפ פארן זיידן, און זיין ציטער זעט זיך זייער גוט אן אויף אים.

ווען דער זיידע האט געזען ווי ער ציטערט פון שרעק, האט ער אים בארואיגט און אריינגערוימט אין די אויערן: “מיין טייערער משה’לע, האב נישט קיין מורא, דארפסט זיך נישט שרעקן, איך בין דיר אינגאנצן מוחל, און עס וועט דיר חלילה קיין שום זאך נישט פאסירן, נאר בלייב דא מיט מיר ביז איך וועל צוריק אהיימגיין, און דארט וועל איך דיר אלעס מגלה זיין”.

קומענדיג אהיים האט דער ישמח משה אים געזאגט: “וויסן זאלסטו מיין טייערער משה’לע, אז תיכף ווען דו האסט געעפנט דעם פארבאטענעם קעסטל, האב איך עס דארט ביים ברית מרגיש געווען. און איצט זאג מיר, וואס האסטו געזוכט דארט? און וואס האסטו שוין געפונען און געזען אין דעם קעסטל?…”

רבי משה’לע איז שווער געטראפן געווארן פון די הארבע רייד, און האט אויסגעבראבן אין א געוויין.

מיט די טרערן אויפן פנים האט ער קודם זיך מודה ומתוודה געווען און דאן געבעטן דעם זיידן ער זאל אים פארגעבן און מוחל זיין.

“טייערער זיידע”  – כליפעט רבי משה “סוף כל סוף בין איך נאך יונג, און עס קען אמאל זיין איך זאל באגיין א נארישקייט, א מעשה נערות, און נישט צו הארכן דעם זיידן’ס ווארענונג. דעריבער זאל מיר דער זיידע דאס מאל מוחל זיין, און מער וועט דאס נישט פאסיר”.

דער הייליגער זיידע מיט זיין גרויס רחמנות בארואיגט דעם אייניקל “וויסן זאלסטו מיין טייערער משה’לע, איך האב דיר שוין פריער מוחל געווען, און דו דארפסט נישט מורא האבן, אבער איך בעט דיר און גלייכצייטיג טוה איך דיך ווארענען נאכאמאל לטובתך, אז צום דאזיגן קעסטל זאלסטו מער נישט צורירן. ווייל דאס איז נישט פאר דיר, אפילו בלויז נאר צו זען די קמיעות. ווייל ווער עס איז נישט באקאנט אין די הייליגע קמיעות, דער טאר עס ניטאמאל אנקוקן.

און דער ישמח משה רייסט איבער אינמיטן רעדן, און נעמט ארויס איינע פון די קמיעות פונעם קעסטל.

“מיין טייערער משה׳לע” – זאגט דער ישמח משה ווייטער “קוק נאר ווי די קמיע האט אין זיך א חיות… וחיות הנה…” און אזוי רעדנדיג לייגט דער צדיק דעם קמיע אויף זיין האנט און די קמיע איז געגאנגען ארויף און אראפ אויף די האנט עטליכע מאל… פונקט ווי א לעבעדיגע באשעפעניש.

אט דאס זענען געווען די הייליגע קמיעות פון דעם הייליגן ישמח משה זיע”א. און רבי משה האט טאקע פון דעמאלט אן זיך געהיטן מער נישט צו צורירן דארט.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.