ביים ערשטן יארצייט סעודה פונעם הייליגן ייטב לב זיע”א זענען געזעצן די חסידים און פארברענגט פארציילנדיג וואונדערליכע מעשיות און הנהגות פון זייער גרויסן רבי’ן דער הייליגער צדיק און פועל ישועות דער ייטב לב זיע”א.
ביים זייט איז זיך געזעצן א איד’ל – א גאסט, מיט א שיינעם אנציג, און מיט דארשט אויסגעהערט די אלע מעשיות און יעדעס ווארט. עס איז שטארק מערקבאר געווען דער שיינע בעל בתי’ש איד’ל צווישן די צענדליגע אנדערע חסידישע אידן, און מען האט געווארט ער זאל דערציילן ווער ער איז און וואו קומט ער אהער.
דער איד האט זיי צוליב געטוהן און זיך גענומען דערציילן זיין פארגאנגענהייט, ווען בשעת מעשה רינען שנירלעך טרערן פון די אויגן, ומעשה שהי’ כך הי’ הייבט ער אהן זיין געשיכטע מיטן רבי’ן, איך שטאם פון לאנדאן ווי איך בין דארט ערצויגן געווארן ביי מיינע עלטערן וואס האבן ליידער נישט צו סאך אריינגעפרעגלט אין מיר, נישט קיין אמונה נישט קיין אידישקייט, און נישט קיין תורה און מצות, די עלטערן זענען איהם נעבעך נפטר געווארן ווען ער איז נאך געווען גאר יונג, און ער איז געבליבן נעבעך בעירום ובחוסר כל, אנע שום באקאנטשאפט פון אידישקייט – נישט וואוסנדיג מער ווי דאס אז ער איז א איד.
איין זאך האב איך יא געדענקט – זאגט דער איד – דאס וואס מיין טאטע האט מיר דערציילט אז דער רבונו של עולם האט ארויסגענומען די אידן פון מצרים, האב איך טאקע דעם מצוה און אידישקייט וואס כ’האב געהערט פון מיין טאטע אנגענומען אויף זיך, און יעדן נאכט אהיים קומענדיג פון די ארבייט, האב איך דערציילט פאר מיינע קינדערליך אז דער רבונו של עולם האט אונז אידן ארויסגענומען פון מצרים. און דאס איז געווען מיין איינציגסטע אידישע מצוה וואס כ’האב געוואוסט און אנגעהאלטן אלע מיינע יאהרן.
מאכט זיך אמאל א פרייטאג צונאכטס נאך א שווערע טאג ארבייט, כ’בין אהיים געקומען אין די שפעטע נאכט שעות, דאס גאנצע געזינדל זענען שוין געשלאפן, דאס נאכטמאל איז געווען אנגעגרייט אויפן טיש, און כ’האב מיך אראפ געזעצט אליינס פראווען מיין “פרייטאג צונאכטס נאכטמאל’. נא, אויסגעמוטשעטערהייט איינער אליין, איז מיר געפאלן א מידעקייט, און כ’בין איינגעזינקען אין א טיפע שלאף, זיצנדיג אויפן בענקל.
וארא בחלומי – איך חלום זיך ווי כ’קום ארויף אויבן, עס זיצן ביי א טיש די גרויסע דיינים, די בית דין של מעלה, און זיי רעדן צווישן זיך איבער מיר. איך האב נישט פארשטאנען קיין איין ווארט וואס זיי רעדן, אבער צום סוף הער איך ווי זיי זאגן “אז לכאורה דארף ער שוין פארבלייבן דא”, הערענדיג דאס האב איך שוין גוט פארשטאנען פון וואס עס רעדט זיך דא, און כ’האב אנגעהויבן שרייען און וויינען און זיך בעטן, כ’בין דאך נאך גאר יונג, און פארוואס זאל איך אזוי פריצייטיג איבער לאזן מיין ווייב און קינדער, אן קיין שום מעלדונג פון פריער.
פלוצלינג, זעה איך ווי די גאנצע עולם נעמט זיך לויפן, נא, אז מען לויפט בין איך מיט געלאפן, כ’האב אבער נישט געוואוסט וואו מען לויפט, האב איך א פרעג געגעבן איינעם, “וואו לויפט מען?” האט יענער צוריק געשריגן “שא, שא, דער סיגוט’ע רב גייט מאכן קידוש”!
כ’האב נישט פארשטאנען וואס די ווערטער מיינען, אבער כ’בין נאכגעלאפן יעדן, און פלוצלינג האבן זיך אלע אויסגעשטעלט אין צוויי שורות, איך האב מיך אונטער געשטעלט צווישן די פוס, און געקוקט ווי דער סיגוט’ע רב גייט א דורך, און יעדער וואונטש גוט שבת, כ’האב באטראכט דעם פחד’יגן און הייליגן צורה, און ווען דער רב גייט מיר דורך שטעלט ער זיך אפ און פרעגט “ווער ביסטו, און וואס טוסטו דא?” האב איך גענטפערט אלעס וואס איז פארגעקומען מיט מיר, כ’האב אויסגעפלאצט אין א הילכיגע געוויין, זאגנדיג אז די בי”ד של מעלה ווילן מיר שוין האלטן דא אויבן, אבער כ’בין נאך גאר יונג, און כ’האב א שטוב מיט קליינע קינדער.
דער רב האט מיר געפרעגט “דו ווייסט אז דו ביזט א איד?” האב איך גענטפערט יא אוודאי! האט ער מיר געפרעגט “דו היטסט אפ די תורה?” האב איך איהם גענטפערט “ניין”, האט ער מיר געפרעגט “פארוואס?” האב איך גענטפערט “ווייל כ’ווייס נישט גארנישט”, האט ער מיר געפרעגט “און אויב וואלסטו געוואוסט וואס א איד דארף טוהן, וואלסטו געווען אן ערליכע איד?” האב איך גענטפערט “אוודאי!”. און פלוצלינג האב איך מיר אויפגעוועקט.
דאס קאפ איז מיר שווער געווען, מיין גאנצע גוף פארשוויצט, און אויפגעשוידערט פון דעם גאנצן שרעקעדיגן חלום, וואס כ’האב אלעס געדענקט מיט א קלארקייט. איך האב שוין נישט צוגעמאכט קיין אויג דאס גאנצע נאכט, נאר געבליבן אויפן בענקל מיט צומישטע געדאנקן, נישט וואוסענדיג וואס צו טוהן צום נעקסטן שריט.
צומארגנס, האב איך שוין קוים אויסגעווארט מיינע חברים זאלן אנקומען, און כ’האב זיי דערציילט מיין מיסטריעזן חלום, און כ’האב זיי געפרעגט צו זיי ווייסן צו זאגן פון א שטאט וואס הייסט ‘סיגוט’, אבער מיינע חברים האבן זיך אויסגעלאכט, אוועקמאכנדיג דאס גאנצע חלום, איך אבער זייענדיג נאך אונטערן שרעקעדיגן רושם פונעם חלום, האב איך מיר געבעטן, זיי זאלן מיר העלפן געוואויר צו ווערן וויאזוי מען קומט אהן צו דעם שטאט סיגוט, און ענדליך ענדליך נאך שווערע הארעוואניע האב איך געהאט דאס פונקטליכע וועג וויאזוי אנצוקומען קיין סיגוט.
גלייך מוצאי שבת האב איך מיך ארויפגעזעצט אויף א שיף, און אזוי בין איך געפארן דאס גאנצן וועג ביז נאך צוויי וואכן, וואס יעדן טאג האט מיר אויסגעזעהן ווי א יאהר, ביז איך בין אנגעקומען קיין ‘סיגוט’!
כ’האב גלייך זיך נאכגעפרעגט וואו דער רב וואוינט, און געשפאנט מיינע טריט אהין.
דאס האב איך שוין געהערט שפעטער פונעם גבאי, אז פאר מיין אנקומען האט דער רבי געהייסן דער גבאי זאל אריינברענגן דאס שבת’דיגע שטריימל. און איך בין אריינגעקומען צום רבין, און ווי פארשטענדליך האב איך גלייך זיך באגעגנט מיטן זעלבן צורה וואס כ’האב געזעהן דארטן אויבן..! און פון שרעק האב איך גע’חלש’ט!
נאכן דערמונטערן האט מיר דער רב געפרעגט “וואס האסטו גע’חלש’ט, האסטו מיר דען יעצט דאס ערשטע מאל געזעהן?!”
איך האב אויסגעגאסן מיין הארץ פארן רבי’ן, בעטנדיג א דרך תשובה, ארויסווייזנדיג מיין אמת’ע רצון צו ווערן אן ערליכע איד א שומר תורה ומצות, און דער הייליגער רב האט מיר געהייסן פארבלייבן ביי איהם אויף עטליכע וואכן, ווען ער האט מיט מיר פארברענגט אסאך צייט, און מיר אויסגעלערנט וויאזוי זיך צו פירן ווי א ערליכע איד, און מיר איבערגעדרייט צו א בעל תשובה!
נָא, פירט דער איד אויס, געדענקט איר אפשר די מימרא פונעם הייליגן רב זי”ע אז ער קען העלפן א איד אפילו ביז טויזנט מייל אוועק?!
“אוודאי” – ענטפערן די באטייליגטע. נָא, גייט ציילט אפ, די ווייטקייט פון לאנדאן ביז סיגוט איז ‘טויזנט מייל’!
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן!